פּרשת וירא, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Vayeyro, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 17, 2016, issue of November 23, 2016.

בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער סדרה האָבן מיר געלייענט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו זיך צו מלן.

ער האָט עס געטאָן צוזאַמען מיט זײַן זון, ישמעאל, וועלכער איז דעמאָלט געווען 13 יאָר אַלט. דער באַשעפֿער האָט געבענטשט זיי ביידן און צוגעזאָגט, אַז פֿון ישמעאלס קינדער וועט אַרויסקומען אַ גרויס פֿאָלק. עס שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז אַבֿרהם איז שטאַרק צופֿרידן מיט זײַן ערשטן זון. דער רבונו־של־עולם האָט אים געזאָגט, אַז אין גיכן וועט ער האָבן דעם צווייטן זון, יצחק.

ווען אַבֿרהם האָט זיך שוואַך געפֿילט נאָך זײַן ברית, זענען אים געקומען צו גאַסט דרײַ מלאָכים. אַבֿרהם האָט זיי באַגריסט, זיך בוקנדיק ביז דער ערד. מיר ווייסן פֿון דער גמרא, אַז בלויז צום אייבערשטן אַליין מעג מען זיך בוקן, און נישט צו אַנדערע הימלישע כּוחות. א טייל מפֿרשים דערקלערן, אַז אַבֿרהם האָט אויפֿגענומען די געסט ווי געוויינטלעכע מענטשן. אַ סך אַנדערע קאָמענטאַטאָרן האַלטן אָבער, אַז ער האָט גאַנץ גוט געוווּסט, ווער זיי זענען. לויט אַ באַקאַנטן חסידישן הסבר, האָט אַבֿרהם דערגרייכט אַזאַ הויכע מדרגה אין זײַן אמונת־השם, אַז ער האָט געזען אַרום זיך בלויז דעם געטלעכן אין־סוף אַליין. צוליב דעם, להיפּוך צו דער געוויינטלעכער הלכה, האָט ער געמעגט זיך בוקן צו די מלאָכים. אין זײַן שׂכל, זענען זיי בלויז געווען אַנטפּלעקונגען פֿונעם רבונו־של־עולם, און נישט באַזונדערע מיסטישע כּוחות.

אַ גרויסער טייל פֿון דער פּרשה גיט זיך אָפּ מיט אַבֿרהמס דיאַלאָג מיטן אייבערשטן, בעת וועלכן ער האָט געבעטן נישט חרובֿ צו מאַכן די רישעותדיקע שטעט סדום און עמורה, אויב דאָרטן וווינען כאָטש אַ צענדליק גוטע מענטשן. די שטעט זענען אָבער געווען צו רישעותדיק, און דערפֿאַר זענען זיי פֿאָרט צעשטערט געוואָרן.

דערנאָך דערציילט אונדז די תּורה, אַז ווען שׂרה האָט על־פּי נס געהאַט יצחק צו 90 יאָר, האָט זי אַוועקגעשיקט איר שטיף־זון, ישמעאל, מיט זײַן מאַמען הגר אין מידבר. דער באַשעפֿער האָט נאָך דעם געהייסן אַבֿרהמען צו ברענגען זײַן זון, יצחק, פֿאַר אַ קרבן. אינעם לעצטן מאָמענט האָט דער רבונו־של־עולם פֿאַרביטן יצחקן מיט אַ שעפֿעלע.

אין דער פּרשה ווערט אויך דערציילט, ווי דער מלך פֿון גרר, אַבֿימלך, האָט צוגעגנבֿעט שׂרה, האָפֿנדיק זי צו פֿאַרגוואַלדיקן. דער אייבערשטער האָט באַשטראָפֿט דעם בייזן קיניג מיט אַ סכּנותדיקער קראַנקייט. ווען יצחק איז געבוירן געוואָרן, האָט אַבֿימלך דערקלערט אַ שלום־אָפּמאַך מיט אַבֿרהמען. בײַם שליסן דעם אָפּמאַך, האָט אַבֿרהם אָבֿינו געזאָגט, אַז דער אייבערשטער איז „גאָט פֿון דער וועלט‟, „א־ל עולם‟. אין די חסידישע ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז דערמיט האָט אַבֿרהם געמיינט, אַז געטלעכקייט איז בנימצא אין יעדן פּרט פֿון דער וועלט.

אויב אַזוי, איז טאַקע גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַבֿרהם אָבֿינו האָט זיך געבוקט צו מלאָכים און געהאָפֿט צו ראַטעווען די תּושבֿים פֿון סדום. סוף־כּל־סוף, זענען זיי אויך געווען מאַניפֿעסטאַציעס פֿונעם געטלעכן ליכט, הגם מיט זייערע פֿאַרדאָרבענע מעשׂים האָבן זיי פֿאַרלוירן זייער רעכט צו עקזיסטירן. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז לויט דער ייִדישער מסורה איז דער עיקר־זינד פֿון אַנשי־סדום געווען, אין דער הײַנטצײַטיקער טערמינאָלאָגיע, אַן עקסטרעם־רעכטע ווערסיע פֿון סאָציאַלן דאַרוויניזם. אין סדום איז געווען שטרענג פֿאַרבאָטן צו געבן צדקה, ווײַל די אָרעמע־לײַט זענען געווען, לויט דער לאָגיק פֿון אַנשי־סדום, אַליין שולדיק אין זייער אָרעמשאַפֿט. הגם דער עולם, וואָס האָט געגלייבט אין אַזאַ שיטה, איז לכתּחילה אויך באַשאַפֿן געוואָרן בצלם־אלוקים, האָבן די אַנשי־סדום פֿאַרדינט דעם טויט פֿאַר זייער אָפּלייקענען דאָס רעכט פֿון אַנדערע מענטשן צו לעבן. זײַענדיק פֿאַרביסענע סאָציאַלע דאַרוויניסטן, האָבן זיי געשאַפֿן אַ גראָטעסק־געזעלשאַפֿט, וואָס האָט געמוזט בטל ווערן לויט זייער אייגענער לאָגיק.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.