עלדרידזש־סטריט שיל פּראַוועט איר 130סט יאָר

Eldridge Street Synagogue Celebrates its 130th Year

מאָטל דידנער און אַלען ריקמאַן שפּילן אויס דעם בויקאָט פֿון כּשר פֿלייש אין 1902, זונטיק, אין דער „עלדרידזש־סטריט שיל‟
Facebook/Saskia Kahn
מאָטל דידנער און אַלען ריקמאַן שפּילן אויס דעם בויקאָט פֿון כּשר פֿלייש אין 1902, זונטיק, אין דער „עלדרידזש־סטריט שיל‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 17, 2016, issue of November 23, 2016.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, דעם 13סטן נאָוועמבער, האָט די „עלדרידזש־סטריט שיל‟ געפּראַוועט איר 130סט יאָר דורך אַ טאָג־לאַנגן פֿעסטיוואַל פֿאַר גרויס־און־קליין.

די שיל איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1887 און איז לעצטנס רעמאָנטירט געוואָרן, כּדי צו ווערן ווידער צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם.

דער עולם וואָס איז געקומען האָט זיך באַטייליקט אין פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן וואָס שפּיגלען אָפּ די פֿיל־פֿאַרביקע געשיכטע פֿון דער שיל. במשך פֿונעם טאָג האָט מען דורכגעפֿירט טורן פֿונעם היסטאָרישן בנין, און געגעבן די באַטייליקטע אַ בירגערשאַפֿט־עקזאַמען, וווּ מע האָט געדאַרפֿט ענטפֿערן די גענויע פֿראַגעס וואָס מע פֿלעגט שטעלן די אימיגראַנטן אינעם 19טן יאָרהונדערט.

בעת דעם פֿעסטיוואַל האָבן פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן אויפֿגעפֿירט דראַמאַטישע סצענעס פֿון דער שולס געשיכטע. אין איין סקיצע האָבן די ייִדישע אַקטיאָרן אַלען ריקמאַן און מאָטל דידנער אויסגעשפּילט דעם בויקאָט פֿון כּשר פֿלייש אין 1902, אָרגאַניזירט פֿון די ייִדישע באַלעבאָסטעס וואָס האָבן געטענהט, אַז די פּרײַזן זענען צו הויך.

די באַזוכער האָבן אויך געהאַט אַ געלעגנהייט אַראָפּצונעמען בילדער פֿון זיך, זיצנדיק אין אַלט־מאָדישע פֿאָטאָגראַפֿיר־בודקעס, און הערן ווי מוזיקער שפּילן די באַליבטסטע לידער אין ניו־יאָרק בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.

„די עלדרידזש־סטריט שיל איז געווען די ערשטע גרויסע סינאַגאָגע געבויט פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע,‟ האָט דערקלערט איימי סטײַן־מילפֿאָרד, די וויצע־דירעקטאָרין פֿונעם „מוזיי אויף עלדרידזש־סטריט‟. „דערפֿאַר שפּילט זי אַ וויכטיקע היסטאָרישע ראָלע, און איז אויף פּרעכטיק אָנצוקוקן. מע האָט עס געבויט סײַ ווי אַ סימבאָל פֿון דער נײַער ייִדישער קהילה אין אַמעריקע, סײַ כּדי אַרויסצוּווײַזן זייער צופֿרידנקייט אין אַמעריקע.‟

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער שיל, פֿאַרבינדט זיך מיט איר וועבזײַט: //www.eldridgestreet.org