פֿילמען וועגן די אָפּגעשטויסענע אין ישׂראל

Films About the Powerless in Israel

דער פּלאַקאַט פֿון דעם 10טן יערלעכן ניו־יאָרקער פֿילם־פֿעסטיוואַל, „אַנדער ישׂראל‟
דער פּלאַקאַט פֿון דעם 10טן יערלעכן ניו־יאָרקער פֿילם־פֿעסטיוואַל, „אַנדער ישׂראל‟

פֿון עדי מהלאל

Published November 18, 2016, issue of November 23, 2016.

אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט דער יערלעכער ניו־יאָרקער קינאָ־פֿעסטיוואַל, „אַן אַנדער ישׂראל‟ פֿאָרגעשטעלט פֿילמען געמאַכט אין ישׂראל, וואָס באַטאָנען די זײַטיקע באַפֿעלקערונגען, וואָס באַטרעפֿן די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט, די גרופּעס „מחוץ דער העגעמאָניע‟: פּאַלסטינער־ישׂראלים, די אַפֿריקאַנער פּליטים, די פֿרעמדע אַרבעטער, די רוסישע אימיגראַנטן, וכו’.

אויך הײַיאָר וועט מען קענען זען אַן אויסקלײַב פֿילמען פֿון דעם סאָרט, וואָס זענען בעצם, כאָטש דאָס מאָל, אויך די סאַמע שטאַרק געלויבטע נײַע ישׂראלדיקע פֿילמען בכלל. די ערשטע עיקרדיקע און וויכטיקסטע פֿילמען, וואָס וועלן געוויזן ווערן זענען „קנופּ 48‟ (Junction 48) און „זאַמדשטורעם‟ (Sandstorm). ביידע פֿילמען פֿאַרנעמען זיך מיט דעם לעבן פֿון די פּאַלעסטינער־אַראַבער אין ישׂראל.

„קנופּ 48‟ האָט דער ניו־יאָרקער עולם שוין געקאָנט זען מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, ווען ער האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אויף דעם בכּבֿודיקן „טרײַבעקאַ קינאָ־פֿעסטיוואַל‟. און אויך אויפֿן בערלינער פֿילם־פֿעסטיוואַל האָט ער געקראָגן אַ פּריז. דער פֿילם דערציילט די געשיכטע פֿון אַ ראַפּזינגער מיטן נאָמען קאַרים (געשפּילט דורכן אמתדיקן ראַפּזינגער טאַמאַר נאַפֿאַר, וואָס האָט אויך מיטגעשריבן דעם סצענאַר אין איינעם מיטן ניו־יאָרקער סצענאַריסט און רעזשיסאָר אורן מאָווערמאַן), און זײַן לעבן אין דער אָרעמער שטאָט לוד לעבן תּל־אָבֿיבֿ. דער נומער 48 באַצייכנט דעם סטאַטוס פֿון די פּאַלעסטינער וואָס זענען געבליבן אין דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע נאָך דער 1948 מלחמה, און האַלטן אַ ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט.

דער פֿילם, רעזשיסירט דורך אודי אַלוני, האָט אַרויסגערופֿן אַ שטיקל שטורעם אין ישׂראל, וווּ די רעכט־געשטימטע רעגירונג זאָגט בריש־גלי, און נעמט בפּועל־ממש מיטלען, כּדי אונטערצואָרדענען די קולטורעלע וועלט אונטער זײַן הערשאַפֿט. די קולטור־מיניסטערשע מירי רגבֿ פֿירט אַ פּאָליטיק, וווּ אַלע קולות מחוץ דעם רעכט־געשטימטן קאָנצענזוס זענען בבֿחינת אומלעגיטימע און אַנטי־ישׂראלדיקע. איז, פֿון דער אַנדערער זײַט, קען מען אויספֿירן, אַז אַלע קולטורעלע שאַפֿונגען, וואָס ווערן קריטיקירט דורך אָט דער רעגירונג און ברענגען זי אַרײַן אין כּעס, זענען זיכער ווערט אַן אָפּשאַץ און אַ לויב פֿון דער מער ליבעראַלער זײַט פֿון דער פּאָליטישער מאַפּע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.