ווען איז אַמעריקע אַראָפּ פֿון די רעלסן?

When Did America Veer Off the Tracks?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 20, 2016, issue of November 23, 2016.

רוסלאַנד האָט זיך אַלעמאָל אויסגעצײכנט בײַם דערציִען זייער יונגט — פֿון קינדערגאָרטן ביז די העכערע שטודיעס — פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אַלץ וואָלט געווען גוט און ווויל ווען נישט די אַרעסטן טאַקע פֿון די זעלבע גוט דערצויגענע וויסנשאַפֿטלער, פּראָפֿעסאָרן, באַרימטע שרײַבער, פּאָעטן און דראַמאַטורגן.

וואָס אַן אמת האָט מײַן טאַטע באַקומען אַ העכסט קוואַליפֿיצירטע וויסנשאַפֿטלעכע דערציִונג ווען ער איז געזעסן אין תפֿיסה מיט דער סמעטענע פֿון דער סאָוויעטישער העכסט דערצויגענע אַרעסטאַנטן…

דאָ אין אַמעריקע איז משה קאַפּויער. שוין יאָרן לאַנג ווי די דערציִונג גייט כאָדאָראָם, צוריקוועגס הייסט עס, סײַ צוליב פּאָליטיק, סײַ די נישט גוט דערצויגענע לערער, דירעקטאָרן, די אַבסורדע עקזאַמענס מיט וועלכע סײַ די לערער און סײַ די קינדער מאָרדעווען זיך ביזן הײַנטיקן טאָג, און אַנשטאָט צו לערנען זייערע קורסן ווי צוגעגרייטע, דערצויגענע לערער דאַרפֿן, צווינגט מען זיי צוצוגרייטן די חבֿרה יונגוואַרג צו די טרוקענע עקזאַמענס, און ווער איז שולדיק אין דעם? די פּאָליטיקער פֿון געוויסע שטאַטן, ווי, למשל, דער געוועזענער געבערנאַטאָר אין פֿלאָרידע — דזשעב בוש. וואָס האָט ער געוווּסט פֿון אַקאַדעמיע? אַ פֿײַג! און די לערער־יונאָנס וועלכע האָבן אַמאָל געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע לגבי דער אַלגעמיינער דערציִונג אין לאַנד, הײַנט זײַנען זיי אַראָפּ פֿון די רעלסן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ביוראָקראַטיע; דער עיקר ווערן זיי נישט פּטור פֿון די לערער־קאַליקעס וואָס האָבן זיך נישט אויסגעטויגט צו דער לערערײַ מיט יאָרן צוריק. פֿאַרקערט — מען האָט זיי באַלוינט מיט זיצן אין דער היים און באַקומען דאָס זעלבע געהאַלט ווי פֿריִער.

די פּאָליטיק איז בײַ אונדז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ „ביזנעס‟. גיט מיר אַוועק אײַער שטוב, זאָגט דער פּרעזידענט־קאַנדידאַט, וועל איך דערפֿאַר אײַך צוריקגעבן דעם קוימען. אַנטלײַט מיר אײַער לעבן, זאָגט דער סענאַט, וועלן מיר עס אײַך אָפּגעבן אויף ראַטעס (אויסצאָלן). אַנטלײַט אונדז אויף דער בלינדער נאַכט די געפֿאַלענע ווײַסקייט פֿון אײַער שניי, זאָגט דאָס העכסטע געריכט, וועלן מיר אײַך אָפּגעבן אַ בלאָטע אויף שבֿועות!

דערצו העלפֿן נישט די מאַשינקעלעך ווי „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟, מיט די „אײַ פּעדס‟ און „אײַ פֿאָונס‟, מיט די „קינדלס‟ וואָס קינדלען נישט, נאָר זיי מפּלען… מ׳דינט די טעכנישע מאַכערײַקעס ווי מ׳דינט עבֿודה זרה. קליין און גרויס זײַנען פֿאַרכּישופֿט, די מאַשינקעלעך פֿאַרשטאָפּן די קעפּ סײַ פֿון דער יונגוואַרג סײַ פֿון דער מיטל־עלטערוואַרג, דורשטן צו דערוויסן זיך וואָס ס׳הערט זיך מיט דער וועלט, אָדער מיט דער פּיצאַ און סושי מיט דער „גאַלאָפּ־עקספּרעס‟ צושטעלונג.

און דאָס וואָס דאָנאַלד טראַמפּ איז אויסדערוויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט פֿון די פֿאַרייניקטע שטאַטן, די גרעסטע דעמאָקראַטיע זינט די וועלט שטייט, טראָץ דעם וואָס מ׳האָט אים קודם געמאַכט צו קליין געלט, טראָץ דעם וואָס מ׳האָט פֿון אים געחוזקט און געשפּאָט פֿון זײַן טיפּשות, זײַן אַראָגאַנץ, זײַן עם־הארצות, זײַן אַלפֿאָנסישן „לעבעיונג‟ צוגאַנג צו פֿרויען, זײַן חוזק פֿון קאַליקעס, זײַן באַדראָען די מינאָריטעטן, זײַן האַס צו פֿאַרשיידענע רעליגיעזע מינאָריטעטן, אָן אַ סוף חסרונות, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן? אַרויסגעוויזן האָט זיך אַז ס׳רובֿ פֿון זײַנע וויילער זײַנען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון טראַמפּן אַליין, און ער אַליין איז זייער אורשפּרונג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.