מע זוכט תּפֿילין אין אַ מיסטפֿעלד

Massive Search Operation for Missing Tefillin in a Landfill

דער מאָמענט ווען דאָס תּפֿילין־זעקל איז אַרײַנגעפֿאַלן אינעם מיסט־קאַסטן
דער מאָמענט ווען דאָס תּפֿילין־זעקל איז אַרײַנגעפֿאַלן אינעם מיסט־קאַסטן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 20, 2016, issue of November 23, 2016.

נאָך דעם וואָס אַ זעקל טלית־און־תּפֿילין איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, האָט מען געזוכט אין אַלע ווינקלען פֿון דער סאַטמאַרער שיל אין וויליאַמסבורג וווּ זײַן אייגנטימער איז געגאַנגען דאַוונען אָבער קיין שפּור פֿון די הייליקע חפֿצים האָט מען ניט געפֿונען.

נאָכן קוקן אויף אַ ווידעאָ פֿון אַ זיכערקייט־קאַמערע, וואָס האָט „געהאַלטן אַן אויג‟ אויף אַן אַלקערל, וווּ מע האָט אַוועקגעלייגט די תּפֿילין־זעקלעך, האָט מען אַנטדעקט, אַז דאָס זעקל איז געהאַט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מיסטקאַסטן אָן דעם אַז עמעצער זאָל באַמערקן. מע האָט אין גיכן אַלאַמירט די מיסט־טרעגערס און דער שטאָט ניו־יאָרק אָבער ס׳איז געווען צו שפּעט: מע האָט שוין געהאַט אַריבערגעפֿירט דאָס מיסט אינעם קאַסטן אין אַ ריזיקן מיסטפֿעלד, וווּ ס׳איז אַרײַנגעמישט געוואָרן מיט טויזנטער טאָנען אָפּפֿאַל.

אַ גרופּע עסקנים, באַנאַנד מיט הרבֿ דוד נידערמאַן פֿון דער אָרגאַניזאַציע United Jewish Organizations of Williamsburg האָבן זיך דערוווּסט, אַז די תּפֿילין געפֿינען זיך אויף אַ באַן וואָס פֿאָרט קיין פֿיירפֿילד, ניו־יאָרק און אַז מע וועט אין גיכן אַראָפּלאָדן דעם אָפּפֿאַל און אים אַרײַנוואַרפֿן אין נאָך אַ גרעסערן מיסטפֿעלד. אַ גרופּע חסידים איז געפֿאָרן קיין פֿיירפֿילד כּדי צו זוכן די תּפֿילין, באַנאַנד מיט 95 אַרבעטער פֿון דער פֿירמע Waste Management, וואָס פֿירט אָן מיטן ריזיקן מיסטפֿעלד. מע האָט דורכגעקוקט איבער 1,000 טאָן מיסט אָבער קיין שפּור פֿונעם תּפֿילין־זעקל האָט מען ניט געפֿונען.

אַרבעטער און חסידישע וואָלונטירן זווכן דורך די קופּעס מיסט
Courtesy of Waste Management
אַרבעטער און חסידישע וואָלונטירן זווכן דורך די קופּעס מיסט

די איבערגעגעבנקייט פֿון די חסידים צו געפֿינען די תּפֿילין איז געוואָרן אַ סענסאַציע אין דער אַלגעמיינער מעדיאַ. ווידעאָס פֿון דער זוך־אַקציע זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אויף דער ניו־יאָרקער טעלעוויזע, און צײַטונגען איבער דער גאָרער וועלט האָבן געשריבן נאָטיצן וועגן איר. אַ סך פֿרומע ייִדן האַלטן די זוך־אַקציע און די נײַעס־דעקונג דערפֿון פֿאַר אַ גוואַלדיקן קידוש־השם, ווײַל ס׳ווײַזט בולט די געטרײַשאַפֿט פֿון די ייִדן צו זייער אמונה און זייער גרייטקייט איבערצוקערן וועלטן צו העלפֿן אַ צווייטן.

פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן געוויסע חסידישע קאָמענטאַטאָרן אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ געמאַכט חוזק פֿונעם אינצידענט, בפֿרט נאָך דעם וואָס עס זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן פֿאַלשע ידיעות, אַז מע האָט די תּפֿילין געפֿונען.

די חסידישע זוכער, ווי אויך די אַרבעטער פֿון דער פֿירמע Waste Management גיבן זיך דערווײַל ניט אונטער. מע האָט לעצטנס געבראַכט ספּעציעלע שפּיר־הינט אויפֿן מיסטפֿעלד, זיי זאָלן אויסשמעקן דעם ריח פֿון די תּפֿילין צווישן די קופּעס מיסט. מע שטעלט אויך אָן צײַטווײַליקע אַרבעטער פֿונעם שטעטל, זיי זאָלן העלפֿן אין דער זוך־אַקציע. דערצו האָט מען געשאַפֿן אַ סך געלט אונטערצושטיצן די חסידים, וואָס שטײען דערווײַל אײַן אין אַ האָטעל אינעם שטעטל לעבן ראָטשעסטער, ביז מע געפֿינט די תּפֿילין.