צניעות — נישט בלויז פֿאַר פֿרויען

Modesty - It's Not Just For Women

הרבֿ דוד סילבער
Drisha Institute
הרבֿ דוד סילבער

פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published November 22, 2016, issue of November 23, 2016.

װען ניצט מען דאָס װאָרט צניעות? אַ קורצער דורכזוך אױף „גוגל‟ באַװײַזט אַז צום מערסטן זוכט מען מאַטעריאַלן וועגן דער פֿראַגע, ווי אַזױ די מיידלעך און פֿרױען טוען זיך אָן.

צענדליקער ביכער געשריבן פֿאַר ייִדישע מיידלעך ענטפֿערן פּינקטלעך אויף די שאלות: װי לאַנג דאַרף זײַן דאָס קליידל? צי ליגט דער אױסשניט פֿון דער בלוזקע אױפֿן שליסלביין? און װען מע האָט שױן חתונה געהאַט, װי אַזוי דעקט מען צו די האָר?

לויט דער תּורה איז צניעות אָבער אַן ענין נישט בלויז פֿאַר פֿרויען. שטעלט זיך די פֿראַגע: װי אַזוי װערט מען אַ צניעותדיקער מענטש בכלל?

דער „דרישה אינסטיטוט‟ פֿאַר ייִדישער דערציִונג האָט געװאָלט אַז אונדזערע שמועסן װעגן צניעות זאָלן װערן אַ ביסל ברייטער. דעם חודש האָט דער אינסטיטוט געפֿירט אַ דרײַטײליקע סעריע װעגן צניעות, כּדי צו געפֿינען פֿון װאַנען ס׳קומט דער טערמין און װאָס עס באַטײַט באמת.

די װאָך האָט הרבֿ דוד סילבער, דער דירעקטאָר פֿונעם אינסטיטוט, געהאַלטן אַ רעדע װעגן „צניעות אין אונדזערע פּערזענלעכע און געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות.‟ זײַן ציל איז אַז מיר זאָלן נישט באַטראַכטן אַזױ ענג דעם ענין צניעות, נאָר מיר זאָלן דאָס באַנעמען װי אַן אופֿן זיך אויסצולעבן װי אן ענװ.

צוערשט האָט מען געזוכט וווּ געפֿינט זיך דאָס װאָרט „צניעות‟ אין די הייליקע ספֿרים. האָט הרבֿ סילבער געזאָגט, אַז מע געפֿינט עס נאָר צװײ מאָל אין תּנ״ך, און ביידע אױפֿװײַזן האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט פֿרױען צי קליידער. למשל, מיכה־הנבֿיא זאָגט: „והצנע לכת עם אלהיך‟ — גיי צניעותדיק מיט דײַן ג-ט. ס׳איז װיכטיק נישט נאָר װי אַזױ מע זעט אױס, נאָר אױך װי אַזױ מע באַציט זיך צו אַ צװייטן. גיין איז דאָך אַן אַקטיװער פּראָצעס, און מע דאַרף עס װײַזן מיט אַ באַשיידענעם אױפֿפֿיר.

װען מע גיט זיך אָפּ שטאַרק מיט קליידער, האָט הרבֿ סילבער געזאָגט, הערט מען אַמאָל בלויז די אױבנאױפֿיקע װערטן. ער האָט, למשל, געזאָגט, אַז ער „האַלט פֿאַר פּראָבלעמאַטיש, אונדזער העכסטסע שטרעבונג זאָל זײַן מאַטעריאַליזם.‟ אַפֿילו װען מע רעדט אַרום דעם ענין, צניעותדיקע קליידונג, שטעלט מען לאַװ־דװקא די ריכטיקע פֿראַגעס. מע דאַרף באַטראַכטן נישט װי לאַנג עס זענען די אַרבל, נאָר, למשל, װי הױך עס זענען די אָפּצאַסן. „לױט מײַן מיינונג,‟ האָט זיך הרבֿ סילבער אַרױסגעזאָגט, „דאַרפֿן הױכע קנאַפֿל יאָ געאַסרט װערן. ס׳איז דאָך נישט געזונט זיי צו טראָגן!‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.