עלטסטע לוחות פֿון די צען געבאָט ווערן פֿאַרקויפֿט פֿאַר $850,000

Oldest Set of Ten Commandments Sold for $850,000

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 22, 2016, issue of November 23, 2016.

Courtesy of historical.ha.com

מע האָט לעצטנס פֿאַרקויפֿט די סאַמע עלטסטע שטיינערנע לוחות מיט די צען געבאָט וואָס בלײַבן גאַנץ אויף אַ ליציטאַציע אין בעווערלי־הילס, קאַליפֿאָרניע. דער אַנאָנימער אָנבאָטער וועט באַצאָלן $850,000 פֿאַר די אוראַלטע טאָוולען.

די ליציטאַציע־פֿירמע Heritage Auctions האָט דערקלערט, אַז די לוחות, וואָס שטייען צוויי־פֿיס אין דער הייך און וועגן 115 פֿונט, זענען געווען אַ טייל פֿון אַ שיל, וואָס איז צעשטערט געוואָרן דורך די רוימער צווישן די יאָרן 400 און 600, אָדער דורך די קרייצפֿאָרער אינעם 11טן יאָרהונדערט.

אויף די לוחות קען מען לייענען נײַן פֿון די צען געבאָט. אַנשטאָט „לא תשא את־שם־ה׳ אלהיך לשוא‟ געפֿינט מען נאָך אַ געבאָט, וואָס פֿאָדערט, אַז מע מוז אויפֿשטעלן אַ טעמפּל אויפֿן באַרג „גרזים‟, אַ געבאָט וואָס איז נאָך אַלץ חל אויף די שומרונים. דער שומרונישער ייִחוס פֿון די לוחות זעט מען אויך אין די אותיות אַליין, וואָס זענען אויסגעקריצט אויף די טאָוולען אינעם שומרונימישן אלף־בית.

די ישׂראלדיקע מלוכישע אַגענטור פֿאַר אַנטיקוויטעטן האָט אין 2005 דערלויבט, אַז די טאָוולען זאָלן פֿאַרלאָזן ישׂראל מיטן תּנאי, אַז מע וועט זיי אויסשטעלן אין אַן עפֿנטלעכן מוזיי. די לוחות האָבן געהערט צום באָראָ־פּאַרקער, Living Torah Museum, וואָס פֿאַרקויפֿט לעצטנס אַ סך פֿון זײַנע טײַערע אַלטע חפֿצים פֿאַרבונדן מיטן פֿרומען לעבנסשטייגער אין די צײַטן פֿון תּנ״ך.