דײַטשישע חורבן־אָפּלייקענערין, 88, וועט זיצן אין טורמע

German Holocaust Denier, 88, To Be Jailed

אורסאַלאַ האַווערבעק ווערט אַרעסטירט נאָך דעם וואָס זי איז געקומען אָן דערלויבעניש אויף אַ פּראָצעס פֿון אַ געוועזענעם נאַצי, וואָס האָט געדינט ווי אַ וועכטער אין אוישוויץ. פֿעברואַר 2016
Getty Images
אורסאַלאַ האַווערבעק ווערט אַרעסטירט נאָך דעם וואָס זי איז געקומען אָן דערלויבעניש אויף אַ פּראָצעס פֿון אַ געוועזענעם נאַצי, וואָס האָט געדינט ווי אַ וועכטער אין אוישוויץ. פֿעברואַר 2016

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 29, 2016, issue of November 23, 2016.

לויט די עקספּערטן פֿונעם הײַנטצײַטיקן אַנטיסעמיטיזם, לייקענען הײַנט אַ סך מער מענטשן אָפּ דעם חורבן אינעם מיטעלן מיזרח און אַפֿריקע ווי אין דײַטשלאַנד. דערצו זענען כּמעט אַלע פֿון די געציילטע דײַטשן וואָס לייקענען יאָ אָפּ דעם נאַצישן גענאָציד איבער די ייִדן יונגע־לײַט, וואָס אַפֿילו זייערע עלטערן געדענקען ניט די נאַצישע תּקופֿה.

איין אויסנעם איז אורסולאַ האַווערבעק, אַ לאַנגיאָריקע שׂונא־ישׂראל, וואָס איז שוין פֿערציק יאָר לאַנג באַקאַנט פֿאַר אירע אַרויסזאָגן און עסייען, אין וועלכע זי פּרובירט צו באַווײַזן, אַז דער חורבן איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה. דאָס אָפּלייקענען דעם חורבן אין דײַטשלאַנד איז אַ פֿאַרברעכן און ניט־געקוקט אויף איר טיפֿער עלטער פֿון 88 יאָר האָט אַ געריכט אינעם שטעטל ווערדען איר לעצטנס פֿאַרמישפּט אויף צוויי מיט אַ האַלב יאָר אין טורמע. זי וועט אײַנגעזעצט ווערן אין תּפֿיסה ערשט נאָך דעם, וואָס אַן אַפּעליר־געריכט הערט אויס איר אַפּעל.

בעתן פּראָצעס פֿאַר אַכט טאָגן האָט האַווערבעק ניט פּרובירט זיך צו פֿאַרטיידיקן קעגן די אָנקלאָגן, נאָר זיך פֿאַרעקשנט און דערציילט דעם ריכטער, פֿאַר וואָס זי האַלט אַז אוישוויץ איז ניט געווען קיין אומברענג־לאַגער, נאָר אַ לאַגער וווּ מענטשן האָבן בלויז „שווער געאַרבעט‟.

אין משך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָבן פֿיר פֿאַרשידענע געריכטן האַווערבעקן פֿאַראורטלט צו זיצן אין טורמע צוליב איר חורבן־אָפּלייקענונג. אין אָקטאָבער האָט אַ געריכט אינעם שטעטל באַד־אָענהאַוזען זי פֿאַרמישפּט אויף 11 חדשים אין תּפֿיסה; אין סעפּטעמבער האָט אַ געריכט אין דעטמאָלד זי פֿאַרמישפּט אויף אַכט חדשים; און נאָך אַ דריט געריכט אין האַמבורג האָט געפּסקנט, אַז זי זאָל אָפּזיצן צען חדשים. צוליב דעם וואָס זי האָט אַפּעלירט קעגן אַלע פּסקים איז ניט קלאָר ווען זי וועט טאַקע זיצן אין תּפֿיסה אָדער אויף ווי לאַנג.

אורסולאַ האַווערבעק איז ניט געווען דער איינציקער לאַנגיאָריקער שׂונא־ישׂראל אין איר משפּחה. איר פֿאַרשטאָרבענער מאַן, ווערנער געאָרג האַווערבעק, איז געווען אַ הויכראַנגיקער נאַצי.