ספּעקטאַקל „קינדער און ייִדיש‟ אין דער פֿאָלקסבינע

Kids and Yiddish to be Performed by the Folksbiene

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 01, 2016, issue of November 23, 2016.

דזשאָען באָרץ
Courtesy of Joanne Borts
דזשאָען באָרץ

עס זעט אויס, אַז דווקא ניטל וועט זײַן אַ געפּאַקטער טאָג פֿאַר די ליבהאָבערס פֿון ייִדיש אין ניו־יאָרק. אַחוץ דעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟, וואָס הייבט זיך אָן דעם 24סטן דעצעמבער און וועט ניטל־נאַכט פֿאָרשטעלן זײַן הויפּטקאָנצערט לזכר חנה קופּער ז״ל, וועט די פֿאָלקסבינע אום ניטל אויך פֿאָרשטעלן זײַן פּאָפּולערן ספּעקטאַקל פֿאַר קינדער „קינדער און ייִדיש‟.

דעם ספּעקטאַקל — וואָס וועבט צונויף ייִדישע פֿאָלק־טראַדיציעס מיט פֿאַררופֿן אויף דער הײַנטצײַטיקער פּאָפּולערער קולטור — האָבן לכתּחילה אויסגעטראַכט דזשאָען באָרץ, חנה קופּער ז״ל, זלמן מלאָטעק און מנחם פֿוקס, דער זון פֿונעם פּאָעט חיים־לייב פֿוקס, ווי אַ פּראָגראַם פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. מע האָט פֿאָרגעשטעלט דעם ספּעקטאַקל אין פֿאַרשידענע נוסחאָות און אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן במשך פֿון די יאָרן. די לידער האַלט מען כּסדר אין דערהײַנטיקן, כּדי זיי זאָלן זײַן באַקאַנט די קליינע קינדער אין עולם, אָבער דער עיקר־געדאַנק בלײַבט דער זעלביקער: צו לערנען געוויסע ייִדישע ווערטער און אידיאָמען דורכן אַרײַנפֿלעכטן זיי אין באַקאַנטע ענגלישע לידער. הײַיאָר וועט מען פֿאָרשטעלן דעם ספּעקטאַקל ווי אַ קאָנצערט. עס וועלן אָנטייל נעמען די מחברים פֿונעם ספּעקטאַקל דזשאָען באָרץ, זלמן מלאָטעק און מנחם פֿוקס, ווי אויך די ליאַלקע־ציִערין און אַקטריסע דזשעני ראָמיין.

די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען 11 אַ זייגער אין דער פֿרי אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://nytf.org/?event=kids-and-yiddish-rides-again&event_date=2016-12-25