ווײַבערטײַטש עפּיזאָד 4: „רוף די הייבאַם‟

Vaybertaytsh Episode 4: Call the Midwife

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 29, 2016, issue of November 23, 2016.

דזשעסיקע „ציפּע‟ אַנגעלסאָן
דזשעסיקע „ציפּע‟ אַנגעלסאָן

ס׳איז הײַנט אַ זעלטנקייט, אַז מע זאָל הערן (צי לייענען) אַ וויסנשאַפֿטלעכע דיסקוסיע אויף ייִדיש וועגן סעקס אָדער גינעקאָלאָגישע ענינים, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז אין אָט דער דיסקוסיע זאָל מען זיך באַנוצן מיט אַזעלכע ווערטער ווי „וואַגינע‟, „הייבמוטער‟, אָדער „אייערשטאָק‟.

לעצטנס האָט סאָסיע פֿאָקס אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם קאַפּיטל פֿון איר ייִדיש־שפּראַכיקן פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟, אין וועלכן זי כאַפּט אַ לאַנגן שמועס מיט דער הייבאַם דזשעסיקע „ציפּע‟ אַנגעלסאָן. ווי עס ווייסן די אָנהענגערס פֿון „ווײַבערטײַטש‟ האָט סאָסיע פֿאָקס שוין פֿון לאַנג געהאַט דעם אײַנפֿאַל צו גיבן די צוהערערקעס די געלעגנהייט צו שטעלן פֿראַגעס וועגן סעקס און גינעקאָלאָגישע פּראָבלעמען אַ הייבאַם, וואָס זאָל ענטפֿערן אויף זיי אויף מאַמע־לשון.

מע האָט פּלאַנירט אַרויסצולאָזן דעם עפּיזאָד מיט אַ וואָך פֿריִער, נאָר ווי עס גיט צו פֿאַרשטיין סאָסיע פֿאָקס בײַם אָנהייב פֿונעם קאַפּיטל, זענען זי און ציפּע אַנגעלסאָן געווען צו אויפֿגעטרייסלט נאָך דאָנאַלד טראָמפּס נצחון אין די וואַלן צו רעקאָרדירן די פּראָגראַם. פֿאָקס, ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער, האָט זיך געריכט, אַז הילאַרי קלינטאָן וועט אויסגעוויילט ווערן ווי די ערשטע פּרעזידענטקע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, און האָט שוין אַפֿילו פֿון פֿריִער געהאַט רעקאָרדירט אַ טייל פֿון איר פּראָגראַם באַגריסנדיק קלינטאָנס נצחון און דערקלערנדיק זײַן באַטײַט פֿאַר די פֿעמיניסטן.

ציפּע אַנגעלסאָן האָט בײַם אָנהייב פֿונעם שמועס געגעבן די צוהערערס צו פֿאַרשטיין דעם אונטערשייד צווישן אַ הייבאַם און אַ גינעקאָלאָג. עס גייט די רייד ניט נאָר וועגן קוואַליפֿיקאַציעס און ווי לאַנג מע דאַרף שטודירן, נאָר אויך וועגן דעם צוגאַנג צו מעדיצין: אַ דאָקטאָר ווי, למשל, אַ גינעקאָלאָג אַרבעט צום מערסטנס מיט מענטשן ווען ס׳איז דאָ אַ פּראָבלעם; אַ הייבאַם העלפֿט פֿרויען מיטן טראָגן און האָבן קינדער ווען עס זעט אויס, אַז ס׳וועלן ניט זײַן קיין גרויסע שוועריקייטן. ציפּע אַנגעלסאָן האָט פֿריִער אַליין געאַרבעט אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקסגעזונט אין דרום־כינע מיט אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט די פּראָבלעמען פֿון מענטשן מיט איידס. זי האָט זיך אָבער געכאַפּט, אַז זי וויל בעסער אַרבעטן דירעקט מיט מענטשן. צו יענער צײַט האָט זי נאָך אַפֿילו ניט געהאַט געהערט פֿון אַזאַ מלאָכה ווי אַקושערײַ. נאָכן דערוויסן זיך וועגן דעם פֿעלד דורך דער אינטערנעץ האָט זי באַשלאָסן אַז עס פּאַסט איר, ווײַל עס גיט איר אַ געלעגנהייט צו אַרבעטן דירעקט מיט פֿרויען וואָס האָבן קינדער און דאַרפֿן דערפֿאַר איר הילף, אָבער וואָס זענען דווקא ניט קראַנק. דאָס פֿעלד פֿון אַקושערײַ איז אויך אַ פּאַסיקע טעמע פֿאַר „ווײַבערטײַטש‟, ווײַל ווי ציפּע האָט דערקלערט, האָט עס דורכגעמאַכט אַ רענעסאַנס אין די 1970ער יאָרן אַ דאַנק דער פֿעמיניסטישער באַוועגונג.

בעתן עפּיזאָד גיט ציפּע פּרטמדיקע ענטפֿערס אויף זעקס פֿראַגעס פֿון צוהערערקעס אויף אַזעלכע טעמעס ווי: וואָס מע קען טאָן מיט דער איבעריקער מאַמעמילך (אַ פּנים קען מען באַקן ברויט מיט איר); ווי אַזוי אויסצומײַדן די פֿונגוס־אינפֿעקציעס (קאַנדידאַ, אָדער yeast infections בלע׳׳ז); און די פֿאַרשידענע קאַטעגאָריעס פֿאַרהיט־מיטלען (קאָנדאָמען, אײַנשפּריצונגען, פּילן, אינעווייניקסטע ספּיראַלעכלעך (IUDs, בלע׳׳ז), רינגען, דיאַפֿראַגמעס וכדומה.

אין אַ פּאָר פֿון די פֿראַגעס גייט די רייד וועגן די ספּעציעלע אינטערעסן און פּראָבלעמען פֿון פֿרומע פֿרויען. איין צוהערערקע האָט, למשל, געפֿרעגט וועגן דעם, צי ס׳איז געפֿערלעך אײַנצושלינגען טראָגפֿאַרהיט־פּילן כּדי אויסצומײַדן, אַז מע זאָל נישט ווערן אַ נידה.

דעם גאַנצן עפּיזאָד קען מען הערן דאָ: http://www.vaybertaytsh.com/episodes/2016/11/20/episode-4-call-the-midwife