אַשכּנזישע ייִדן — אַ נײַער באַדײַט

Ashkenazi Jews – A New Definition

Yehuda Blum

פֿון דניאל גלאַי

Published December 02, 2016, issue of December 28, 2016.

אין דעם נײַעם ישׂראלישן פֿילם „הגננת‟ (די קינדערגאָרטן־לערערין), געשאַפֿן דורכן יונגן נדבֿ לאַפּיד און וואָס איז שוין זוכה געווען צו אַ סך שבֿחים און פּרעמיעס אין חשובֿע פֿעסטיוואַלן, קומט פֿאָר אַ סצענע אויף דער תּל־אָבֿיבֿער פּלאַזשע, אַוווּ דער הויפּטהעלד, דער 5־יעריקער בלאָנדער יואבֿ, און זײַן לערערין ווײַזן אָן ווער איז, און ווער איז ניט, קיין אַשכּנזישער.

דאָס איז דער בעסטער באַווײַז, אַז דער דאָזיקער פֿילם איז פּראָדוצירט געוואָרן אין די לעצטע יאָרן. מיט צען יאָר צוריק וואָלט מען אַזאַ סצענע ניט געקאָנט זען אויפֿן עקראַן. וואָס בין איך אויסן צו זאָגן? אַז אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, ענדערן זיך זאַכן גיך און מען איז שוין דורכגעגאַנגען אַ היפּשן מהלך זינט יענע יאָרן, ווען דאָס וואָרט „ישׂראלי‟ איז געווען אַ מאָנאָליטישער און געשלאָסענער.

הײַנט־צו־טאָג ווען ישׂראלים רעדן וועגן זיך באַציט מען זיך אָפֿטער, צום גוטן אָדער צום שלעכטן, צו זייער עטנישן הינטערגרונט: אַשכּנזים, מזרחים, ספֿרדישע, און צונויפֿמישונגען פֿון אַלע סאָרטן. דאָס שפּיגלט אָפּ טיפֿע ענדערונגען אין דער געזעלשאַפֿט אַוווּ די קלאַסישע אידעאַלן און דעפֿיניציעס צעפֿאַלן זיך, נאָר אַנדערע, נײַע און קלאָרע, האָבן זיך נאָך ניט אויסקריסטאַליזירט.

מײַן פֿאָטער זישע גאָלדוואַסער ז״ל, אַ שנײַ­דער פֿון פֿאַך און אַ ייִדישער אַקטיאָר — קודם אין פּוילן און שפּעטער אין אַרגענטינע — האָט ניט געוווּסט וואָס ס׳מיינט אַזוינס צו זײַן אַן אשכּנ­זישער. פֿון זײַנע ערשטע יאָרן אָן האָט ער געוווּסט אַז ער איז אַ ייִד, פּראָסט־און־פּשוט. אַזאַ באַגריף ווי אַשכּנזי האָט ניט פֿאַרנומען קיין אָרט אין זײַן לעקסיקאָן. ס׳רעדט זיך ניט דאָ וועגן דער ברייטער אַשכּנזישער קולטור. אַזאַ געזעלשאַפֿטלעכער באַגריף איז אים טאַקע יאָ געווען באַקאַנט און נאָענט. אָבער וואָס שייך אים אַליין ווי אַ יחיד, איז בכּלל קיין פֿראַגע ניט געווען וואָס ער איז. ער איז געווען און האָט זיך געפֿילט ווי אַן אַרגענטינער בירגער, וואָס אין פֿאַרגלײַך מיט פּוילן פֿון די דרײַסיקער יאָָרן, איז עס געווען אַ פֿרײַערע מדינה. נאָר זײַן „אַרגענטינישקייט‟ איז געווען אַ וויכטיקער צוגאָב צו זײַן ייִדישער אידענטיטעט. און ווי ער, האָבן די ייִדן אין אַלגעמיין אין יענע דורות גוט געוווּסט ווער זיי זענען.

בײַ זײַנע קינדער און אייניקלעך פֿאַרנעמט מען זיך יאָ מיטן באַגריף פֿון אַשכּנזים. ניט נאָר בײַ זיי, נאָר פֿאַר דער גאַנצער סבֿיבֿה וווּ זיי געפֿינען זיך. אפֿשר קומט דאָס פֿאָר ספּעציעל אין ישׂראל אָבער מע זעט עס אויך אין אייראָפּע, אַמעריקע און אומעטום. דאָס איז בעיקר אַ רעוזלטאַט פֿון ריזיקע וואַנדערונגען אינעם 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט. עמיגראַציעס און אימיגראַציעס שטעלן מיט זיך פֿאָר דינאַמישע ענדערונגען אין ווי אַזוי ייִדן זעען זיך אַליין. וועלן מיר פּרוּוון דאָס מאָל אויפֿצוקלערן און פֿאַרשטיין אָט דעם פֿענאָמען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.