צוויישפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע זוכט אונטערשטיצער

Bilingual Anthology of Yiddish Poetry Seeks Funders

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 04, 2016, issue of December 28, 2016.

דער פֿאַרלאַג „משיבֿ הרוח‟, וואָס גיט זיך אָפּ מיטן אַרויסגעבן זאַמלונגען פֿון ישׂראלדיקער פּאָעזיע פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן און סוב־קולטורן, האָט לעצטנס לאַנצירט אַן אינטערנעץ־קאַמפּאַניע צו שאַפֿן געלט צו פּובליקירן אַ צוויי־שפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער דיכטונג.

דער פֿאַרלאַג דערקלערט אויף דער וועבזײַט פֿון דער קאַמפּאַניע, אַז כאָטש די ייִדישע פּאָעזיע האָט אָפֿט מאָל באַלויכטן דעם וועג פֿון דער מאָדערנער ישׂראלדיקער פּאָעזיע, זענען ס׳רובֿ ישׂראלים אין גאַנצן ניט באַקאַנט מיט די פּאָעטן וואָס האָבן געשריבן אויף מאַמע־לשון. דאָס בוך, וואָס וועט אַרײַננעמען די ווערק פֿון איבער 30 דיכטער, וועט פֿאָרשטעלן לידער פֿון אַ ריי קלאַסיקער אַזוי ווי חיים־נחמן ביאַליק, ה. לייוויק און יצחק לייבוש פּרץ; מאָדערנע פּאָעטן — איציק מאַנגער, חיים גראַדע, און אַבֿרהם סוצקעווער, און הײַנטצײַטיקע פּאָעטן ווי באָריס קאַרלאָוו, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום. די לידער, אויסגעקליבן דורך ד״ר וועלוול טשערנין, וועלן באַגלייט ווערן מיט העברעיִשע איבערזעצונגען געשאַפֿן דורך די פּאָעטן יעל לוי און יורם ניסנאָוויטש, ווי אויך מאָלערײַען פֿונעם וועלט־באַרימטן מאָלער שמואל באַק.

אין אַ רעקלאַמע־פֿילם פֿאַר דער קאַמפּאַניע רעדן ד״ר וועלוול טשערנין, שמואל באַק, יורם ניסנאָוויטש און יעל לוי וועגן דעם פּראָיעקט. מע זעט אויך ווי אַ גרופּע לייענער פֿון איבער דער וועלט לייענען פֿאָר משה־לייב האַלפּערנס „גלאַט אַזוי‟. צווישן די פֿאָרלייענער וואָס זענען באַקאַנט די „פֿאָרווערטס‟־לייענער געפֿינט מען דינע, עטל און ראובֿן ניבאָרסקי, דניאל קאַהן, ד״ר דובֿ־בער קערלער, ד״ר אַבֿרהם ליכטענבאַום, דודי רינגלבלום און רייזל זילבערמאַן, ווי אויך די קינדער פֿון די משפּחות קאַפּלאַן און בערגער אין באַלטימאָר.

ווי עס פֿירט זיך בײַ אַזעלכע אינטערנעץ־קאַמפּאַניעס צו שאַפֿן געלט, וועט דער פֿאַרלאַג געבן די וואָס שענקען אַ באַשטײַער אַ באַלוינונג. אויב מע שענקט, למשל, איין געוויסע סומע געלט וועט מען באַקומען אַ ייִדיש־לעקציע; אויב מע גיט אַ צווייטע סומע, וועט מען באַקומען אַ רעפֿעראַט וועגן קונסט אָדער אַ באַזוך פֿון ייִדישע פּאָעטן אָדער אַ קאָנצערט פֿון ייִדישער מוזיק, און אַזוי ווײַטער. נאָך אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבינדט זיך מיט https://www.headstart.co.il/project.aspx?id=21397&lan=en-US.