רוסישע ליטעראַטור אין ישׂראל, צי ישׂראל־ליטעראַטור אױף רוסיש?

Russian Literature in Israel, or Israeli Literature in Russian?

ראָמאַן קאַצמאַן און זײַן בוך „נאָסטאַלגיע נאָך אַ פֿרעמדן לאַנד‟
ראָמאַן קאַצמאַן און זײַן בוך „נאָסטאַלגיע נאָך אַ פֿרעמדן לאַנד‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 04, 2016, issue of December 28, 2016.

עס איז גוט באַװוּסט, אַז די רוסישע און סאָװעטישע ליטעראַטור האָט שטאַרק משפּיע געװען אױף דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור.

פֿאַר און נאָך דעם אױפֿקום פֿון דער מדינה איז אױך געװען אַ קלײנע צאָל רוסיש־שפּראַכיקע מחברים אין ארץ־ישׂראל, און זײער צאָל איז שטאַרק געװאַקסן מיט דער עליה פֿון די 1970ער יאָרן. אָבער אַן עכטער אױפֿשװוּנג פֿון דער רוסישער קולטור איז געשען אין די 1990ער, װען העכער װי אײן מיליאָן רוסיש־רעדער זײַנען געקומען קײן ישׂראל. לױט אײניקע חשבונות זײַנען אין יענער צײַט געװען אַרום צװײ הונדערט אַקטיװע מחברים, װאָס האָבן געשריבן אױף רוסיש.

אין דער רוסיש־ישׂראלדיקער פּרעסע האַלט מען שױן יאָרן לאַנג אין אײן פֿירן אַ זשװאַװן װיכּוח װעגן דעם מהות פֿון אָט דעם ליטעראַרישן פֿענאָמען. צי איז די דאָזיקע ליטעראַטור אַן אײגנאַרטיקע בראַנזשע פֿון דער גלאָבאַלער רוסישער קולטור, צי איז דאָס אַ סאַמאָראָדנע ישׂראלדיקע ליטעראַטור, װאָס באַנוצט זיך בלױז מיט רוסיש װי איר שפּראַך? די צװײטע פּאָזיציע האָט לעצטנס באַקומען אַ סאָלידע טעאָרעטישע שטיצע אינעם נײַעם בוך „נאָסטאַלגיע נאָך אַ פֿרעמדן לאַנד‟ פֿון ראָמאַן קאַצמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור אינעם בר־אילן אוניװערסיטעט.

קאַצמאַן באַהאַנדלט פֿינף הײַנטיקע מחברים, װאָס ער האַלט פֿאַר פֿאָרשטײער פֿון פֿאַרשידענע שיטות אין דער רוסיש־שפּראַכיקער ליטעראַטור אין ישׂראל. אײניקע, װי דינה רובינאַ, זײַנען װײַט באַקאַנט און גאַנץ פּאָפּולער צװישן דעם מאַסן–עולם. אַנדערע, װי נקוד זינגער, זײַנען מער עסאָטעריש און עקספּערימענטאַל. אָבער אַלע, האַלט קאַצמאַן, זײַנען פֿאַרטאָן אין אַן אַמביציעזן פּראָיעקט פֿון שאַפֿן אַ „נעאָ־מאָדערנע‟ ליטעראַטור, װאָס באַטראַכט די װעלט פֿון אַ נײַער גײַסטלעך־מעטאַפֿיזישער פּערספּעקטיװ. די רוסיש־שפּראַכיקע ישׂראלדיקע ליטעראַטן באַהאַנדלען, יעדער אױף זײַן אופֿן, די ענינים פֿון פּריװאַטן און היסטאָרישן זיכּרון, פֿון קולטור און געװאַלד, פֿון מסירת־נפֿש און העלדישקייט, פֿון חורבן און תּיקון. לױטן קאַצמאַנס טעאָריע, איז די רוסיש־שפּראַכיקע ישׂראלדיקע ליטעראַטור אַ גאַנץ אײגנאַרטיקע דערשײַנונג, װאָס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער רוסישער ליטעראַטור מחוץ ישׂראל.