ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 07, 2016, issue of December 28, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מע הערט אַ ייִדיש וואָרט אינעם אַרגענטינער סענאַט

דער אַרגענטינער סענאַט האָט אין חודש מאַרץ דערקלערט דאָס „שלום עליכם־יאָר פֿון נאַציאָנאַלן אינטערעס”. דאָס האָט דערמעגלעכט אַז אַלע אונטערנעמונגען זאָלן טראָגן די פֿאָרמעלע אָנערקענונג פֿון דער מדינה.

ווי אַ פּועל־יוצא האָט מען דינסטיק, דעם 29סטן נאָװעמבער, צום ערשטן מאָל אין דער אַרגענטינער געשיכטע, אויך געהערט אַ ייִדיש װאָרט אינעם סענאַט.

די סענאַטאָרן פֿון דער פּראָװינץ סאַן לויִס, װאָס האָבן פֿאָרגעלייגט די דערקלערונג, אויף דער איניציאַטיװ פֿון אַרגענטינער ייִװאָ, האָבן אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלן אַקט צום שלוס פֿונעם שלום עליכם־יאָר, און אַ טעאַטער־גרופּע האָט אויף ייִדיש און שפּאַניש געשפּילט פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכמס װערק. דערצו האָבן קלעזמאָרים געשפּילט ייִדישע לידער װאָס דער עולם, אַ 500 מענטשן, האָט מיטגעזונגען.

גלײַך בײַם אָנהייב פֿון פּראָגראַם זײַנען תּלמידים פֿון דער שלום עליכם־שול אַרײַנגעקומען מיט די אַרגענטינער און ישׂראלדיקע פֿאָנען, און די סענאַטאָרין ליליאַנאַ נעגרע־אַלאָנסאָ האָט אין איר באַגריסונג אונטערגעשטראָכן װי װיכטיק איז געװען שלום־עליכם פֿאַר דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָט אויך באַערט דעם ייִדישן אימיגראַנט װאָס האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און פֿאַר װעמען די ייִדישע שפּראַך איז געװען ביז גאָר װיכטיק.

דער דירעקטאָר פֿון אַרגענטינער ייִװאָ — אַני הקטן — האָט גערעדט װעגן שלום־עליכמען װי אַן אינטעלעקטואַל װאָס האָט אין זײַנע װערק אָפּגעשפּיגלט אַלע היסטאָרישע פּראָצעסן צװישן 1880 און דער ערשטער װעלט־מלחמה. ער האָט דערמאָנט װי אַרגענטינע האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין שלום־עליכמס לעבן און שאַפֿן — דװקא אין זײַן פֿאַראָרעמט װערן!

דאָס איז געשען װען אַרגענטינע און אורוגװײַ האָבן נישט באַצאָלט זייערע חובֿות און װי אַ רעזולטאַט האָט די לאָנדאָנער באַנק כּמעט באַנקראָטירט און זייערע אַקציעס האָבן אָנגעװוירן זייער װערט. דאָס דערקלערט פֿאַר װאָס דער ערשטער קאַפּיטל פֿון שלום־עליכמס „מנחם־מענדל”הייסט טאַקע „לאָנדאָן”.

אַ צװייטער מאָמענט בײַ שלום־עליכמען פֿאַרבונדן מיט אַרגענטינע איז װען ער קריטיקירט די באַאַמטע פֿונעם באַראָן הירש אין זײַנע פֿעליעטאָנען. בעת דעם אַכטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין האַג אין 1907 (װוּ שלום־עליכם האָט זיך אַליין באַטייליקט) איז אויך בײַגעווען דער ערשטער עולה פֿון אַרגענטינע, ישׂראל בעצער, װאָס האָט גלײַך נאָכן קאָנגרעס זיך באַזעצט אין ישׂראל און שפּעטער געגרינדט מיט משה דיינס פֿאָטער די קאָלאָניע נהלל. שלום־עליכמס „אַ מענטש פֿון בוענאָס אײַרעס” באַשרײַבט אַ טרויעריק קאַפּיטל פֿונעם ייִדישן ייִשוב אין אַרגענטינע. דאָס באַטיטלען בלויז שלום־עליכמען װי אַ הומאָריסט פֿאַרמינערן זײַנע מעלות.

דער דירעקטאָר פֿון קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, הרבֿ פֿישל שלײַען, האָט גערעדט װי אַזוי שלום־עליכם האָט באַשריבן אין זײַנע װערק די רוסיש־יאַפּאַנישע מלחמה. דער סענאַטאָר אַדאָלפֿאָ ראָדריגעז סאַאַ האָט פֿאַרגלײַכט שלום־עליכמען מיט אַנדערע װיכטיקע שרײַבערס פֿון זײַן צײַט, ספּעציעל מאַרק טװײַן.

די סענאַטאָרן האָבן אויך באַערט פֿײַװל דיכטער, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿאַר זײַן בײַטראָג מען זאָל נישט פֿאַרגעסן דעם חורבן, און מע האָט צוגעזאָגט אַז די דרוקערײַ פֿון קאָנגרעס װעט ווידער אָפּדרוקן זײַן בוך „מײַן צװאה”, כּדי עס צו פֿאַרשפּרייטן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אין די אַרגענטינער שולן און אינסטיטוציעס.


ישׂראלדיקע יונגע לײַט רעמאָנטירן שיל און טיילן אויס עסן אין אָרעמע געגנטן פֿון בוענאָס־אײַרעס

יעדעס יאָר באַזוכן אַרגענטינע הונדערטער ישׂראלדיקע יונגע לײַט. זיי פֿאַרענדיקן זייער מיליטער־דינסט, אַרבעטן אָפּ אַ יאָר, שפּאָרן אָפּ געלט און שפּאַצירן איבער דער װעלט. אַרגענטינע איז דער אָנהייב פֿון אַ שפּאַציר איבערן דרום־אַמעריקאַנער קאָנטינענט.

דער נײַער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין אַרגענטינע האָט צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט אַ גרעסערע גרופּע „מאָטשילעראָס”, די װעלכע שפּאַצירן מיט אַ רוקזאַק אויף די פּלייצעס, און מיט זיי דורכגעפֿירט סאָלידאַרע אַרבעט־פּראָיעקטן אין אָרעמע געגנטן פֿון גרויס בוענאָס־אײַרעס. זיי האָבן, במשך אַ װאָך צײַט, ראַמאָנטירט אַ שול, פֿאַרטיילט עסן, אָרגאַניזירט אַ ישׂראלדיקן אָװנט מיט געזאַנג און טענץ און געלערנט די קינדער מעדיצינישע הילף אין דרינגענדיקע פֿאַלן.