„עליס־אײַלאַנד מוזיי‟ זוכט וואָלונטירן וואָס קענען ייִדיש

Ellis Island Museum Seeks Volunteers Who Know Yiddish


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 08, 2016, issue of December 28, 2016.

מיט צוואָנציק יאָר צוריק האָט דער „עליס אײַלאַנד מוזיי‟ געגרינדעט אַ פּראָיעקט צו זאַמלען אינפֿאָרמאַציע וועגן די ערשטע פֿאָנאָגראַף־פּלאַטעס, וואָס אימיגראַנטן אין די 1920ער יאָרן האָבן ליב געהאַט צו הערן. ביז איצט האָבן זיי געפֿונען מער ווי 8,000 אַזוינע קלאַנג־רעקאָרדירונגען.

צווישן זיי געפֿינען זיך אויך מער ווי 400 פּלאַטעס פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע אימיגראַנטן, און נאָך 100 אויף דער אינטערנעץ. „דערווײַל האָט מען טראַנסקריבירט און איבערגעזעצט בלויז 50 פֿון זיי,‟ האָט עריק בײַראָן, דער הויפּט פֿונעם „עליס־אײַלאַנד מוזיי‟ געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „דערפֿאַר זוכן מיר בעלנים צו העלפֿן אונדז איבערזעצן די אַנדערע.‟

אינעם בוך The Audible Past: Cultural Origins of Sound Reproduction [די קלאַנגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט: קולטורעלע קוואַלן פֿון קלאַנג־רעפּראָדוקציע] שטייט געשריבן, אַז „די פֿאָנאָגראַפֿן און אײַזקאַסטנס זענען געווען די איינציקע סחורה וואָס די אָרעמע אימיגראַנטן אין די 1920ער יאָרן זענען געווען גרייט צו קויפֿן אויף באָרג.‟

ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז צווישן די מער ווי 5,000 רעקאָרדירונגען וואָס מע האָט פּראָדוצירט פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם אין אַמעריקע, האָבן דרײַ־פֿערטל פֿון זיי געהאַט צו טאָן מיט סעקולערע טעמעס, און אַ סך — פֿאַרבונדן מיט די אימיגראַנטן אין אַמעריקע.

„דאָ אינעם ׳עליס־אײַלאַנד מוזיי׳ ווילן מיר פֿאַרשטיין די לעבעדיקע סקיצעס און לידער וואָס די אימיגראַנטן האָבן דעמאָלט אַזוי ליב געהאַט,‟ האָט בײַראָן געזאָגט. „כּדי דאָס צו טאָן מוזן מיר אָבער ווײַטער טראַנסקריבירן, איבערזעצן און אַנאַליזירן דעם מאַטעריאַל.‟

און דאָ שטעקט די פּראָבלעם. אַ גרויסער טייל פֿון די רעקאָרדירונגען זענען אויף אַ געמיש פֿון ייִדיש און ענגליש. דערפֿאַר האָפֿט בײַראָן צוצוציִען מענטשן וואָס קענען ייִדיש, און זענען גרייט מיטצואַרבעטן מיטן מוזיי אין דעם ממשותדיקן פּראָיעקט.

אויב איר ווילט זיך אַליין באַטייליקן אין דער איניציאַטיוו, פֿאַרבינדט זיך מיט עריק באָראָן אויף דעם אַדרעס: eric_byron@nps.gov.