אַבֿרהם נאָווערשטערן: די בעסטע האָפֿענונג פֿאַר ייִדיש איז אין ישׂראל

Avrom Nowerstern: The Best Hope For Yiddish Is in Israel

אַבֿרהם נאָווערשטערן
Bella Bryks-Klein
אַבֿרהם נאָווערשטערן

פֿון בני מער

Published December 09, 2016, issue of December 28, 2016.

עס דאַכט זיך אַז יעדער לייענער פֿון אָט די שורות קען ד״ר אַבֿרהם נאָווערשטערן, לכל־הפּחות זײַן נאָמען.

דער לאַנגיאָריקער ייִדיש־לערער און פֿאָרשער, דער פֿאַרוואַלטער פֿון „בית־שלום עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע אין יאָר 1951, עולה געווען קיין ישׂראל אין יאָר 1969, און זינט דעמאָלט אַרויסגעגעבן אַ ריי ביכער — איז נאָווערשטערן גאָר נישט קיין פּנים־חדשות אין ייִדישלאַנד, און פֿאָרט איז יאָ דאָ נײַעס וועגן אים: נישט לאַנג צוריק איז אַרויס זײַן אַרומנעמיק בוך וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע, און ממש איצט האָט מען אַנאָנסירט אַז ער האָט געוווּנען דעם אָנגעזעענעם פּרײַז פֿון „מפֿעל הפּיס א״נ פֿון לנדאו‟ וואָס ווערט אויסגעטיילט יעדעס יאָר פֿאַר באַטײַטיקע דערגרייכונגען אין דער ישׂראלדיקער קולטור אויף די געביטן פֿון קונסט און וויסנשאַפֿט. איז דאָס אַ גוטע געלעגנהייט צו כאַפּן אַ שמועס און אויסהערן זײַנע אינטערעסאַנטע פּערספּעקטיוון.


אײַער לעצט בוך, „כאן גר העם היהודי” (דאָ וווינט דאָס ייִדישע פֿאָלק) איז אָפּגעגעבן דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע, און איז געשריבן אויף העברעיִש. אין דעם פּרט אַליין קען מען זען כאָטש דרײַ פֿערטל פֿון אײַער אידענטיטעט.

דער אמת איז אַז אָט דאָס בוך וואָלט געדאַרפֿט אַרויס אויף ייִדיש. דאָס הייסט, ווען איך האָב געשריבן די פֿאַרשיידענע קאַפּיטלעך פֿון בוך — אַ טייל טאַקע אויף ייִדיש — האָב איך אין זיי פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט די קאָריפֿייען פֿון דער ייִדישער קריטיק, מיט שמואל ניגער, ב׳ ריווקין, יעקבֿ גלאַטשטיין און מיט אַנדערע וואָס איך האָב יאָ צי נישט מסכּים געווען מיט זיי. פֿאַקטיש פֿיר איך אַ דיאַלאָג מיט זיי. ווען מע שרײַבט אויף העברעיִש אָדער אויף ענגליש וועגן ייִדיש באַצאָלט מען אַ הויכן פּרײַז. איך רוף עס אָן “שרײַבן צווישן קאָמעס”. ווען איך שרײַב אויף ייִדיש, און איך דערמאָן למשל משה קולבאַקן, דאַרף איך נישט דערקלערן ווער איז ער געווען. אָבער ווען איך שרײַב אויף העברעיִש צי אויף ענגליש, דאַרף איך זאָגן „משה קולבאַק, דער באַרימטער ייִדישער פּאָעט און פּראָזאַיִקער, וואָס האָט געלעבט אין ווילנע, בערלין און מינסק…‟, דאָס הייסט מע דאַרף צוגעבן קאָמעס און באַמערקונגען וואָס זײַנען נישט נייטיק פֿאַרן ייִדישן לייענער.

צום באַדויערן געפֿינען מיר זיך הײַנט צו טאָג אין אַזאַ שווערן מצבֿ, אַז דאָס שרײַבן אויף ייִדיש איז אוטאָפּיש. וואָלט איך געזאָגט אַז אויב נישט אויף ייִדיש – איז העברעיִש די נאָענסטע שפּראַך צו שרײַבן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, ווײַל אַ געוויסער טייל פֿון דער העברעיִשער לייענערשאַפֿט האָט פֿאָרט אָט דעם בשותּפֿותדיקן אינטעלעקטועלן יסוד וואָס קען אים דערנענטערן צו דער ייִדיש־וועלט.

וואָלט די וועלט געווען אַ וועלט, און וואָלט „די גאָלדענע קייט‟ ווײַטער אַרויס, וואָלט איך געזאָגט אַז אָט די צײַטשריפֿט וואָלט געדאַרפֿט זײַן דאָס נאַטירלעכע אָרט אויף צו דרוקן אַזעלכע פֿאָרשאַרבעטן, כאָטש איך האָב קיין מאָל זיך נישט געלייגט קיין פֿייגל אין בוזעם, און איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז דער געוויינטלעכער לייענער פֿון „די גאָלדענע קייט‟ איז נישט צוגעוווינט צו ליטעראַטור־פֿאָרשערישע אַרטיקלען.

אָבער פֿאָרט, דאָרט האָט מען געקאָנט האָבן אַן אילוזיע אַז מע בויט אויף אַ בשותּפֿותדיקן יסוד צווישן דעם שרײַבער און דעם לייענער — אַ יסוד וואָס איז הײַנט כּמעט נישטאָ.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.