הערט „אוצרות פֿונעם רות רובין אַרכיוו‟

Hear Treasures from the Ruth Rubin Archive

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 09, 2016, issue of December 28, 2016.

רות רובין
רות רובין

יאָרצענדליקער לאַנג האָט די אָנגעזעענע ייִדישע ענטנאָמוזיקאָלאָגין רות רובין (1906־2000) אינטערוויוירט ממש טויזנטער ייִדן וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין דער אַלטער היים, כּדי צו זאַמלען בײַ זיי פֿאָלקסלידער.

במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט זי רעקאָרדירט די דאָזיקע אינטערוויוען, אין וועלכע מע זינגט די לידער אויף אַ קול. די רעקאָרדירונגען האָט מען געמאַכט אויף טאַשמעס, וואָס זענען געלעגן אין די „ייִוואָ‟־אַרכיוון אין ניו־יאָרק; אין דער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל‟, און אַפֿילו אין אָטאַוואַ, קאַנאַדע.

מיט עטלעכע יאָר צוריק זענען אַ פּאָר מאָנטרעאָלער ייִדן אַרומגעפֿאָרן זאַמלנדיק געלט, כּדי צו דיגיטאַליזירן די טאַשמעס, מע זאָל זיי קענען הערן אויף דער אינטערנעץ. אין אַפּריל האָט מען, אַ פּנים אָן קיין שום פּירסום, אַרויפֿגעשטעלט אַרום 400 לידער פֿון די רעקאָרדירונגען אויף „יו־טוב‟. ד״ר דובֿ־בער קערלער האָט די קאָלעקציע לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט אויף „פֿייסבוק‟ און אַ דאַנק דעם האָט די ברייטערע וועלט זיך דערוווּסט וועגן די דאָזיקע „אוצרות פֿונעם רות רובין אַרכיוו‟. ביז הײַנט האָבן אָבער קוים אַ מנין מענטשן זיך צוגעהערט צו זיי.

די רעקאָרדירונגען, וואָס טראָגן אַ דרוקרעכט פֿונעם „ייִוואָ‟ און פֿון דער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל‟, זענען דיגיטאַליזירט געוואָרן מיט דער מיטהילף פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביביליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟ און דער „פֿונדאַציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור‟. צווישן זיי געפֿינען זיך ייִדישע פֿאָלקסלידער וועגן אַ סך טעמעס אַזוי ווי ליבע, אימיגראַציע, מלחמה, פּאָליטיק, ארץ־ישׂראל, פּאָגראָמען, אַרבעט און קינדער, ווי אויך חסידישע ניגונים, חתונה־לידער, חזנות און נאָך.

כּדי זיך צוצוהערן צו די רעקאָרדירונגען באַזוכט: https://www.youtube.com/channel/UCMtrf0TZeRyX4y2qP-Go1ag/videos?view=0&sort=dd&shelf_id=0.

טאָמער געפֿינט איר דאָרטן אַ רעקאָרדירונג וואָס איז ספּעציעל שיין, רירנדיק אָדער אינטערעסאַנט, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט דזשאָרדין קוציק אויף kutzik@yiddish.forward.com און ער וועט די רעקאָרדירונג אפֿשר אַרײַנשטעלן אין אַ קומענדיקן נומער „עונג־שבת‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.