סוף־כּל־סוף, אַ יודאַיִקאַ־אויסשטעלונג וואָס איז אינטערעסאַנט!

Finally, a Judaica Exhibit That's Actually Interesting!

Jewish Museum Press Office

פֿון דזשייק ראָם (Forward)

Published December 09, 2016, issue of December 28, 2016.

די יודאַיִקאַ, ווי די רעליגיעזע קונסט בכלל, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן עסטעטישע דילעמע: זאָל מען זיי זען ווי תּשמישי־קדושה אָדער ווי עסטעטישע אָביעקטן אָפּגעזונדערט פֿון אַ פּאָטענציעלן באַניץ? אַפֿילו ווען דער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע איז „ביידע“, שפּילט דער קאָנטעקסט אַ קריטישע ראָלע. ס׳רובֿ יודאַיִקאַ־אויסשטעלונגען וואָס כ׳האָב שוין בײַגעווען אויף זיי (למשל, אויסשטעלונגען אינעם ייִדישן מוזיי אין פּראָג, צי אינעם „מוזעאָ עבראַיִקאָ“ אין רוים) פּרוּוון נישט לייגן צו פֿיל טראָפּ אויפֿן קאָנטעקסט אין וועלכן די עקספּאָנאַטן ווערן אויסגעשטעלט. מע שטעלט זיי אַרויס סתּם ווי היסטאָריש־רעליגיעזע אַרטיפֿאַקטן, ווי מע וואָלט געזאָגט: „זעט נאָר ווי די טשעכישע ייִדן פֿון די 1830ער האָבן געמאַכט די קערות!‟), בעת די עסטעטישע קוואַליטעט שפּילט אַ שוואַכערע ראָלע.

בקיצור, וואָס זוכן מיר אויף אַזוינע אויסשטעלונגען? זאָל מען באַוווּנדערן דאָס אויפֿגעהיטע גינזילבער און פֿאַרקוקן דאָס ביסעלע זשאַווער? זאָלן מיר באַזינגען דעם דיזײַן, און לויבן די המשכדיקייט פֿון ייִדישע מינהגים אין משך פֿון די יאָרן? טאַקע דערפֿאַר איז דאָס גיין אויף אויסשטעלונגען אין ייִדישע מוזייען איבער דער וועלט אַ גאַנץ נודנע איבערלעבונג, רעלעוואַנט בלויז פֿאַר די היסטאָריקערס אָדער פֿרומע צוקוקערס. די קוראַטאָרן האַלטן, אַ פּנים, אַז די אָביעקטן זענען גענוג אינטערעסאַנט פֿאַר זיך, אַז מע דאַרף זיי נישט פּרעזענטירן אויף אַ שאַפֿערישן אופֿן.

אַ דאַנק דעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי, אָבער, קען מען איצט זען אַ יודאַיִקאַ־אויסשטעלונג וואָס פֿאַרכאַפּט יאָ דעם אינטערעס פֿונעם צוקוקער. דאָ רעדט זיך פֿון דער אויסשטעלונג פֿון מנורות און חנוכּה־לעמפּלעך אין דער סעריע א״ט Masterpieces & Curiosities [מײַסטערווערק און טשיקאַוועסן]. „׳מעמפֿיס׳ פּראַוועט חנוכּה“, למשל, שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן דיזײַנער און קינסטלער פּיטער שײַערס „מנורה נומער 7“ (1986) און ניצט דעם אָביעקט זיך אַרײַנצוקוקן אין דער אַרבעט פֿון „מעמפֿיס‟, אַ דיזײַן־גרופּע מיטן הויפּטקוואַרטיר אין איטאַליע, וואָס שײַער איז דערפֿון געווען אַ פֿאַרשמטער מיטגליד. „מעמפֿיס‟, וואָס ס׳האָט אין 1981 געגרידעט דער איטאַליענישער דיזײַנער עטאָרע סאָטסאַס, האָט איבערהויפּט רעבעלירט קעגן דעם „גוטן געשמאַק“ און פֿעסטגעשטעלטער דאָקטרין. „מעמפֿיס‟ האָט געשאַפֿן פֿאַרשידענע שרײַיִקע אַנימירטע דיזײַנשטיק, באַניצנדיק זיך מיט העלע קאָלירן און מאַטעריאַלן — למשל, פּלאַסטישער לאַמינאַט — וואָס די קונסטוועלט האָט ביז דעמאָלט געהאַט אָפּגעוואָרפֿן.

„מנורה נומער 7‟ (1986) פֿון פּיטער שײַער
Jewish Museum Press Office
„מנורה נומער 7‟ (1986) פֿון פּיטער שײַער

אַ סך פֿון די „מעמפֿיס‟־שטיק זענען אימפּראָוויזאַציעס פֿון געוויינלעכע שטובזאַכן, וואָס מ׳האָט טראַנספֿאָרמירט אין כּמעט קינעטישע ווערק וואָס די קוראַטאָרן רופֿן „אומזיכערע פֿונקציאָנאַליטעט“. שײַערס מנורה — וואָס זעט אויס ווי אַ צופֿעליקער מיש־מאַש פֿון פֿאַרשידענע קאָלירן און פֿאָרמען, און איז גיכער ענלעך אויף אַ מין מאָבילעכל איידער אַ מנורה — איז טאַקע שעפֿעריש, אָבער נישט קיין כּשרע מנורה.

די סאַמע רושמדיקסטע עקספּאָנאַטן אין דער אויסשטעלונג, פֿון לינקס אויף רעכטס, זענען „חנוכּה־לאָמפּ“ (1930ער־1940ער), שײַערס כּמו־טשײַניק „אַנקאָרידזש“ (1983) און דאָנאַלד ע. קוקערס „חנוכּה־מנורה“ (1951). דער לעצטער איז היסטאָריש גאָר אינטערעסאַנט דערפֿאַר וואָס דער קינסטלער האָט עס אויסגעאַרבעט פֿון געניצטע אײַנהילן און גראַנאַטן פֿון דער קאָרעער מלחמה. קוקער, דעמאָלט אַן אייבערלייטענאַנט אינעם אַמעריקאַנער מיליטער, האָט געשאַפֿן דעם חנוכּה־לאָמפּ אין קאָרעע פֿאַר ייִדישע סאָלדאַטן וואָס האָבן נישט געהאַט קיין מנורה צו דער האַנט. דאָס וואָס די מנורה שטייט לעבן אַן עלטערער, מער טראַדיציאָנעלער מנורה, ווי אויך לעבן שײַערס טשיקאַווען שטיק, טרײַבט אונטער דעם צוקוקער צו באַטראַכטן אויף אַן אינטערעסאַנטן אופֿן די עסטעטישע מעלות פֿון די מער טראַדיציאָנעלע עקספּאָנאַטן אַקעגן די נײַערע.

פֿון רעכטס: „חנוכּה־לאָמפּ‟ (1951) פֿון דאָנאַלד קוקער; „אַנקאָרידזש‟ (1983) פֿון פּיטער שײַער, און „חנוכּה־לאָמפּ‟ (1930ער־1940ער), פֿון אַן אומבאַקאַנטן קינסטלער
Jake Romm
פֿון רעכטס: „חנוכּה־לאָמפּ‟ (1951) פֿון דאָנאַלד קוקער; „אַנקאָרידזש‟ (1983) פֿון פּיטער שײַער, און „חנוכּה־לאָמפּ‟ (1930ער־1940ער), פֿון אַן אומבאַקאַנטן קינסטלער

אין דער אויסשטעלונג געפֿינען זיך אויך אויך צוויי טעקסטילן: אַ שפּילעוודיקער דינאָזאַווער־דרוק אויף אַ פֿאַרבעטונג אויף דער ערשטער „מעמפֿיס‟־אויסשטעלונג אין 1981; שײַערס מזוזה „הימליש“ (1986) און אַנדערע, אַקעגן וווּנדערלעכע „מעמפֿיס‟ פּלאַסטיק־פֿאַנירן.

אָט אַזוי טאַקע דאַרף מען אויסשטעלן די יודאַיִקאַ — אויף אַן אינטערעסאַנטן, רעלעוואַנטן שטייגער. לאָמיר האָפֿן, אַז אַנדערע ייִדישע מוזייען איבער דער וועלט וועלן דאָס נעמען אין באַטראַכט.

די אויסשטעלונג „מײַסטערווערק און טשיקאַוועסן: מעמפֿיס פּראַוועט חנוכּה“ קען מען זען אינעם ייִדישן מוזיי, אויף 1109 פֿיפֿטער עוועניו, ביזן 12טן פֿעברואַר 2017.