צענדליקער טויזנטער זשוראַוון ווינטערן און פֿיטערן אין צפֿון־ישׂראל

Tens of Thousands of Cranes Winter and Eat in Israel’s North

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 11, 2016, issue of December 28, 2016.

כאָטש איצט איז טאַקע דער הויכסעזאָן פֿון דער ווינטער־מיגראַציע פֿון אייראָפּע ביז אַפֿריקע, האָבן אָבער צענדליקער טויזנטער וואַנדער־פֿייגל באַשלאָסן צו פֿאַרברענגען דעם ווינטער אין צפֿון־ישׂראל שטאָטס ווײַטער צו פֿליִען.

וויסנשאַפֿטלערס שאַצן אַז אַרום 42,500 גראָע זשוראַוון זענען דעם ווינטער פֿאַרבליבן אינעם טײַך אגמון החולה, און זעטיקן זיך אָן מיטן שניט און נעסטיקן זיך דאָרט אײַן אינעם קינסטלעכן טײַך. כּדי צו באַשיצן די פּרנסה פֿון די פֿאַרמערס פֿיטערט די מלוכה די זשוראַוון מיט אַזש אַכט טאָן קוקורוזע אַ טאָג.

דערפֿאַר וואָס הונדערטער זגאַלן פֿייגל פֿליִען דאָ יעדעס יאָר אַדורך איז דער עמק־החולה געוואָרן איינער פֿון די סאַמע פֿײַנסטע ערטער צו אָבסערווירן פֿייגל אין אַ לאַנד וואָס שמט מיט די אָרניטאָלאָגן וואָס קומען אַהער אויף זייערע עקספּעדיציעס. דאָס איז אָבער געשען צופֿעליק. נאָך דעם וואָס מ׳האָט אין די 1950ער אָפּגעוואַסערט דאָס לאַנד איז עס מיט פֿיר יאָרצענדליק שפּעטער ווידער פֿאַרפֿלייצט געוואָרן, ווען דער „קרן קיימת לישׂראל‟ האָט זיך געכאַפּט אַז דער דרענאַזש האָט דווקא קאַליע געמאַכט די אָרטיקע עקאָסיסטעם. פֿאַרמערס האָבן אין דער אויף ס׳נײַ באַנעצטער ערד גענומען פֿאַרזייען קוקורוזע און רבי־ניסלעך — פּונקט די מינים פּראָדוקטן וואָס זשוראַוון קוויקן זיך דערמיט.

ארץ־ישׂראל געפֿינט זיך אין אַ ראַיאָן וווּ סע טרעפֿן זיך אַזש דרײַ קאָנטינענטן, מיט אַ קלימאַט וואָס נעמט אַרײַן סײַ דעם מידבר אויף דרום, סײַ די קילערע באַרגיקע קאַנטן אויף צפֿון. דערפֿאַר ציט ישׂראל צו בערך 500 מיליאָן פֿייגל אַ יאָר פֿון 550 פֿאַרשיידענע זגאַלן.

דער גאַנצער קאָנטינענט צפֿון־אַמעריקע, וואָס איז טויזנט מאָל די גרייס פֿון מדינת־עשׂראל, האָט קוים צוויי מאָל אַזוי פֿיל זגאַלן.