ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

חזן דיעגאָ ראָטשינאַס
חזן דיעגאָ ראָטשינאַס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 13, 2016, issue of December 28, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדיש־קאָנצערט מיטן חזן דיעגאָ ראָטשינאַס אין שיל „דור חדש — מאַקס נאָרדוי‟

דעצעמבער איז אין בוענאָס־אײַרעס אַ חודש װוּ מען שליסט די אַקטיװיטעטן פֿון יאָר און מען גרייט זיך צו די זומער־װאַקאַציעס. אינסטיטוציעס גרייטן צו ספּעציעלע אָװנטן און מען װינטשט זיך נאָך אַ מאָל אַ גוט יאָר.

אין דעם אַרגענטינער ייִװאָ האָט מען געשלאָסן דעם זמן דורך אַ זינגערײַ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַלע סטודענטן, און מען האָט גלײַך געמאָלדן אַז פֿונעם 13טן פֿעברואַר ביזן 2טן מאַרץ וועט מען האַלטן אַן אינטענסיװן ייִדיש־קורס פֿון 12 לעקציעס פֿאַר אַלע ניװאָען.

זונטיק, דעם 11טן דעצעמבער האָט דער ייִדיש־קורס פֿון דער שיל „דור חדש־מאַקס נאָרדוי” געשלאָסן דאָס יאָר מיט אַ קאָנצערט — „אַ ביסעלע מזל — אַ ביסעלע ייִדיש”. עס האָבן זיך באַטייליקט דער חזן דיעגאָ ראָטשינאַס, װאָס האָט אַ רײַכן רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער; דער כאָר פֿון רוני גאָלדבערג, אַ געװעזענער תּלמיד פֿון די ייִדיש־קורסן אין ייִװאָ; דער הומאָריסט עדואַרדאָ װיגוטאָװ, און דער כאָר „רינה” פֿון דער סינאַגאָגע „אור ישׂראל”. דער עולם האָט איבערגעפֿולט דעם זאַל, און מיטגעזונגען און גענאָסן פֿון דער מאַניפֿעסטאַציע פֿאַרן ייִדישן ליד.


פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם ייִוואָ־אַרכיוו און אידענטיפֿיצירן פּערזאָנען אין די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס

אינעם זאַל פֿון דער שארית־הפּליטה האָט מען אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיטן אַרגענטינער ייִװאָ צו דיגיטאַליזירן דעם אַרכיװ װאָס פֿאַרמאָגט אַ רײַכן מאַטעריאַל און איז דערפֿאַר ביז גאָר װיכטיק פֿאַר פֿאָרשערס. מען האָט אָנגעהויבן די אַרבעט מיט אַן אַקציע צו אידענטיפֿיצירן די פּערזאָנען אין די הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס — מענטשן וואָס דער יונגער דור קען בכלל נישט. מען האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט אַ קאָנצערט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־אַרגענטינער סאַקסאָפֿאָניסט אָסקאַר קרעמער. דער עולם האָט מיטגעזונגען די ייִדישע לידער. מע וועט ממשיך זײַן די אַרבעט נאָך די זומער־חדשים.


רעפֿעראַט וועגן אַרכיוון פֿון אַקטיאָר נאָרמאַן ברינסקי און עמפּרעסאַר אַלעכאַנדראָ ראָמאַי

מאָנטיק, דעם 5טן דעצעמבער איז אינעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט פֿאָרגעקומען אַן „אַרבעט־פֿרישטיק” װוּ דער דעפּאַרטאַמענט פֿון „קונסט פֿון ספּעקטאַקל און דער אָפּטייל פֿון ייִװאָ־אַרכיוון” פּלאַנירן זייערע בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן פֿאַרן קומעדיקן יאָר.

דאָס מאָל האָט דער ייִװאָ פּרעזענטירט די אַרכיװן פֿון לעאָן ברעסט און שמואל בלום, צװיי פּראָמינענטע עמפּרעסאַרן פֿון ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשערין עליאַנאַ װאַסערמאַן האָט גערעדט וועגן די אַרכיװן פֿונעם ייִדיש־אַרגענטינער אַקטיאָר נאָרמאַן ברינסקי און פֿון דעם אַרכיװ פֿון אַלעכאַנדראָ ראָמאַי [פּסעװדאָנים פֿון אַלעכאַנדראָ שאול] — דער עמפּרעסאַר װאָס האָט פּרעזענטירט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אין אַרגענטינע; און דער אייגנטימער פֿון אַ טעלעװיזיע־קאַנאַל און פֿאַרשיידענע טעאַטערס אין אַרגענטינע, שפּאַניע און אַמעריקע. ביידע אינסטיטוציעס גרייטן צו אויף איבער אַ יאָר אויסשטעלונגען און פּרעזענטאַציעס פֿון די מאַטעריאַלן.


קהילה ברענגט עלטערן דור קיין טשאַפּאַדמאַלאַל, אַ קוראָרט בײַם ים

דער דעפּאַרטאַמענט פֿאַרן עלטערן דור פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט לעצטנס געהאַלטן אַ נאַציאָנאַלן צוזאַמענקום אין טשאַפּאַדמאַלאַל, אַ קוראָרט בײַם ים, אַ 400 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס. אַ פּאָר הונדערט באַטייליקטע האָבן במשך פֿון די טעג גענאָסן פֿון דער פֿרײַער לופֿט דורך גימנאַסטיק, שפּאַצירן, טענץ, געזאַנג, טעאַטער, ייִדיש און ייִדישקייט. מען האָט געפֿײַערט אַ קבלת־שבת און אַזוי האָט מען געשלאָסן אַ יאָר פֿון פֿאַרצװײַגטער אַרבעט. דאָס איז געװען דער 10טער צוזאַמענקום װאָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן אונטער דער לאָזונג „הנה מה טובֿ וּמנעים שבֿת אחים גם יחד”


ייִד פֿון פּאָרטוגעזישן אָפּשטאַם קריגט פּאָרטוגעזישע בירגערשאַפֿט

דער ערשטער אַרגענטינער ייִד פֿון פּאָרטוגעזישן אָפּשטאַם האָט באַקומען פּאָרטוגעזישע בירגערשאַפֿט. מיט דער באַטייליקונג פֿון פּאָרטוגעזישן אַמבאַסאַדאָר הענריקע סילװעיראַ באָרגעס האָט דער ייִדישער־אַרגענטינער זשורנאַליסט מאַריאַנאָ דיין באַקומען זײַן פּאָרטוגעזישער בירגערשאַפֿט נאָך דעם װי זײַן משפּחה איז אַרויסגעטריבן געװאָרן אין 1497. אין זײַן באַגריסונג האָט דער אַמבאַסאַדאָר דערקלערט אַז דאָס איז דער אָנהייב פֿון אַ קאַמפּאַניע צו פֿאַרריכטן אַן אומדערטרעגלעכן טעות אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.