„טײַם‟־טראָמפּ־פּאָרטרעט — אַ פּאָליטישער קאָמענטאַר דורך קונסט

Time's Portrait of Trump as Subversive Political Art

פֿון דזשייק ראָם (Forward)

Published December 14, 2016, issue of December 28, 2016.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט „טײַם מעגעזין‟ אויסגעקליבן דאָנאַלד טראָמפּ ווי זײַן „מענטש פֿונעם יאָר 2016‟.

דער ברייטער עולם פֿאַרשטייט אפֿשר נישט די קריטעריע פֿונעם זשורנאַל בײַם מאַכן זייער באַשלוס: בקיצור — דער מענטש וואָס האָט געהאַט די גרעסטע השפּעה, צום גוטן אָדער צום בייזן, אויף די געשעענישן פֿון יאָר.

פֿריִערדיקע געווינערס פֿון דעם טיטל זענען געווען יוסף סטאַלין (1939 און 1942), אַיאַטאָלאַ כאָמייני (1979), אַדאָלף היטלער (1938) און אַנדערע פֿיגורן וואָס ס׳איז קלאָר, אַז די רעדאַקציע בײַ „טײַם“ איז נישט געווען צווישן זייערע אָנהענגער.

איז דערפֿאַר נישט קיין גרויסער חידוש אַז הײַיאָר זעט מען אויף דער הילע פֿונעם יערלעכן ספּעציעלן נומער „טײַם“ דעם אויסדערוויילטן פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ (פֿאָטאָגראַפֿירט פֿונעם ייִדישן פֿאָטאָגראַף נדבֿ קאַנדער). „צום גוטן אָדער צום בייזן, האָט טראָמפּ, סײַ בשעת דער קאַמפּאַניע סײַ איצט נאָך די וואַלן, זיכער געהאַט די גרעסטע ווירקונג אויף די געשעענישן פֿון יאָר,‟ האָט דער זשורנאַל דערקלערט.

אויב מע וויל אָבער אײַנזען ווי אַזוי „טײַם“ באַטראַכט דעם ענין „צום גוטן אָדער צום בייזן“, דאַרף מען נאָר אַ קוק טאָן אויף טראָמפּס פּאָרטרעט וואָס געפֿינט זיך אויף דער הילע. די באַשלוסן וואָס די רעדאַקציע האָט געמאַכט, בפֿרט ווי אַזוי מע זאָל אים פֿאָטאָגראַפֿירן, ווײַזן אונדז אַ ריי ניואַנסירטע פּרטים וואָס שטעלן דעם אימאַזש, לויט דעם שרײַבער פֿון די שורות, צווישן דעם זשורנאַלס סאַמע קינסטלערישע הילעס.

געוויסע דעטאַלן האָבן אַנדערע מענטשן, אפֿשר האַלב־וויצלענדיק, שוין באַמערקט: למשל, אַז דער אות M פֿונעם וואָרט TIME שטייט גלײַך איבער טראָמפּס קאָפּ אַזוי ווי אַ פּאָר רויטע הערנער… מיר וועלן זיך אָבער גיכער קאָנצענטרירן אויף די דרײַ הויפּט־עלעמענטן: פֿאַרב, די פּאָזע און די שטול.

פֿאַרב:

די קאָלירן אינעם בילד זעען אויס אַ ביסל אָפּגעבליאַקעוועט, און מיט ווייכע טענער, מאַכנדיק דעם רושם פֿון אַנטיקוואַרישקייט. כאָטש דער אימאַזש איז שאַרף און מע קען דערקענען אַז ס׳איז אַ הײַנטצײַטיק בילד, דאָך דערמאָנט עס אין די בילדער פֿונעם אַלטן מין פֿילם־מאַטעריאַל — „קאָדאַכראָם‟, וואָס מ׳האָט לעצטנס אויפֿגעהערט פּראָדוצירן נאָך צענדליקער יאָרן. דער טעכניק מאַכט דעם אימאַזש אויסזען ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון די אַלטע גוטע צײַטן און רופֿט אַרויס נאָסטאַלגיע. סע שפּיגלט אָפּ די כּוחות וואָס האָבן טאַקע געטריבן טראָמפּס אויפֿקום: צוריקדרייען דעם זייגער צו אַ צײַט פֿאַר דער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־באַוועגונג, פֿאַר דער לעגאַליזירונג פֿון אַבאָרטן, אַ צײַט ווען קויל־פּראָדוקציע האָט געבליט, אאַז״וו. די הײַיאָריקע וואַלן האָבן אָבער נישט נאָר געהאַט צו טאָן מיט רעגרעסיווע פּאָליטישע באַשלוסן, נאָר אויך מיט טראַדיציאָנעלע ווערטן (דעפֿינירט צום גרויסן טייל פֿון די קריסטלעכע רעכטע), מיט אַ בענקשאַפֿט נאָך דער אַמאָליקער גרויסקייט און זיכערקייט פֿון אַמעריקע, מיט דער בענקשאַפֿט נאָך אַ וועלט פֿאַר דער תּקופֿה פֿון גלאָבאַליזם.

די פּאָזע:

די פּאָזע אין וועלכער טראָמפּ זיצט זעט אויס ווי אַ סובווערסיווער אויסטײַטש פֿונעם טראַדיציאָנעלן מאַכטפּאָרטרעט. בײַ געוויינטלעכע מאָלערײַען פֿון זיצנדיקע מאָנאַרכן זעט מען תּיכּף אַן אומגלײַכקייט צווישן דעם מענטש וואָס זיצט, און דעם צוקוקער. דער צוקוקער דאַרף דאָך „צוקומען‟ צום מאָנאַרך, און דער מאָנאַרך וועט זיך אַוודאי נישט אויפֿשטעלן כּדי אים צו באַגריסן.

אין אונדזער פּאָסטמאָנאַרכישער תּקופֿה זיצט אַ פֿירער מער נישט אויף קיין טראָן, אָבער די שטול און דאָס זיצן אויף איר האָבן נאָך אַלץ דעם זעלבן וויזועלן עפֿעקט. אָבער אינעם בילד פֿון טראָמפּ זעט מען ווי ער זיצט מיט דער פּלייצע צום צוקוקער, און מער־ווייניקער אויפֿן זעלבן ניוואָ; ער קוקט נישט פֿון אויבן אַראָפּ. די מאַכט־באַציִונגען האָבן זיך דאָ אין גאַנצן געביטן.

זײַן אויסדרייענדיק זיך צום פֿאָטאָ־אַפּאַראַט שאַפֿט אַן אײַנדרוק אַז טראָמפּ און דער צוקוקער באַטייליקן זיך אין אַ מין קאָנספּיראַציע. טראָמפּ ווינקט צום צוקוקער, וואָס קאָן אויסגעטײַטשט ווערן ווי אַ סאָרט אינטריגע אָדער פֿאַרפֿירונג, עלעהיי ער וואָלט געזאָגט צום צוקוקער: „טו נאָר אַ קוק ווי מיר האָבן אָפּגענאַרט יענע יאָלדן אין זאַק“. אַזוי אַרום נעמט ער דעם צוקוקער אַרײַן אין קאָן און פֿאַרמישט דעם צוקוקער אין זײַן האָבן דערוויילט ווערן.

ס׳רובֿ פֿון דעם וואָס מיר ווייסן וועגן טראָמפּ ווייסן מיר טאַקע דורך אימאַזשן. ער איז אַ מײַסטער פֿונעם פֿאַרקויף, אַ שטערן פֿון דער רעאַליטעט־טעלעוויזיע, און אַלע טאַבלאָיִדן האָבן אים ליב. דאָס וואָס מע פֿאָטאָגראַפֿירט אים פֿון הינטן גיט אונדז אַ בליק אַרײַן אין זײַן וועלט „הינטער די קוליסן“. און דאָס גיט שוין אויך צו צום קאָנספּיראַטיוון טאָן און מיטשולד פֿונעם צוקוקער.

צום סוף מוז מען דערמאָנען דעם שאָטן אין הינטערגרונט. ס׳איז אַ קליינער, אָבער געניאַלער דעטאַל. די פֿאָטאָגראַפֿיע ווײַזט אונדז צוויי אימאַזשן פֿון טראָמפּ: ערשטנס, ווי דער אויסגעקליבענער פּרעזידענט, און צווייטנס, ווי דער פֿינצטערער, נעפּלדיקער „שד‟ וואָס לויערט פֿון הינטן, דער טראָמפּ וואָס וועט אַנטפּלעקט ווערן ווען ער ווערט טאַקע דער פּרעזידענט.

דער פֿאָטעל:

דער מײַסטערשטראָך, דער איין־איינציקער פּרט וואָס פֿאַרגאַנצט דעם גאַנצן אימאַזש — איז די שטול. טראָמפּ זיצט אין אַ קלאַסישן פֿאָטעל פֿון „לויִ דעם פֿופֿצעטן“, ד״ה פֿון דער תּקופֿה פֿונעם מיט־אַכצעטן יאָרהונדערט. סע דערמאָנט אין די אויסגעפֿײַנטע רעגירונגען פֿון די פֿראַנצייזישע מלכים וואָס האָבן, לויטן היסטאָריקער נאָרמאַן דייוויס, „זיך מער קאָנצענטרירט אויפֿן יאָגן נאָך פֿרויען און הירשן, איידער צום אָנפֿירן מיט דער מלוכה“. בײַ זיי איז די רעגירונג ממש פּאַראַליזירט געוואָרן, זיי האָבן כּסדר געקעמפֿט אין מלחמות, און געליטן אַן אייביקן פֿינאַנציעלן קריזיס (דאָס קלינגט דעם לייענער זיכער באַקאַנט).

דער פֿאָטעל איז אָבער נישט אַזוי וויכטיק פֿון אַ היסטאָרישן קוקווינקל, נאָר פֿון אַ וויזועלן פּערספּעקטיוו. כאָטש דער פֿאָטעל רעפּרעזענטירט גרויס עשירות זעט מען אויך אַ קליינעם ריס (אויבן רעכטס), וואָס קער רעפּרעזענטירן טראָמפּס אייגענעם געשפּאָלטענעם אימאַזש. הינטערן באַרימערישן באַווײַז פֿון זײַנע געלטער, הינטער די בלישטשענדיקע צוזאָגן, זעט מען די חובֿות, די פּראָסטקייט, די דעמאַגאָגיע, דעם ראַסיזם, דעם דוחק פֿון פּראַקטיק און וויסן וועגן רעגירונגען (דאָס אַלץ ווייסן מיר שוין סײַ ווי).

און אַז מיר באַמערקן דעם ריס, דערזעען מיר שוין אויך די פּגימות אינעם האָלץ, די שפּעלטעלעך אינעם גרים אויף טראָמפּס פּנים, די שיטערע האָר וואָס קריכן שוין אַרויס בײַ אים, דעם פֿלעק אויפֿן פֿאָטעל (אונטן, לינקס) — בקיצור, די גאַנצע אילוזיע פֿון מלכות הייבט זיך אָן צו צעפֿאַלן.

דאָס איז נישט קיין בילד פֿון אַ מעכטיקן מענטש, נאָר גיכער אַן אימאַזש פֿון אַ פֿירער, און פֿון אַ לאַנד, וואָס האַלט בײַם אונטערגיין. דער שאָטן גיט מרמז אויף אַ פּראַכט וואָס איז שוין פֿאַרבײַ — אויב ס׳האָט בכלל אַ מאָל עקסיסטירט.

דער רעזולטאַט פֿון די דרײַ עלעמענטן אין איינעם גיט אָנצוהערן וועגן אַ טיפֿן אומרו וואָס וועט אַרומכאַפּן אַמעריקע און די וועלט במשך פֿון די קומעדיקע יאָרן. ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿיע איז דער פּאָרטרעט אַ זעלטענער אויפֿטו; אָבער ווי אַ הילע — איז עס אַ בולטער פּאָליטישער קאָמענטאַר.