אין וואָס באַשטייט מײַן ייִדישקייט?

What Kind of Judaism Do I Practice?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 15, 2016, issue of December 28, 2016.

„אין וואָס באַשטייט מײַן ייִדישקייט?‟ אַזוי איז געווען דאָס קעפּל פֿונעם ערשטן ליטעראַרישן עסיי וואָס איך האָב געשריבן פֿאַרן קאָנקורס אין ייִדישן לערער סעמינאַר אין יאָר 1956. איך האָב, אַגבֿ, געוווּנען די ערשטע פּרעמיע אין דער סומע פֿון 350 דאָלער; אין יענער צײַט — אַן אמתער מאָיאָנטעק. מיט דער ריזיקער סומע געלט בין איך אַוועק אין געשעפֿט פֿון „לאָרד און טיילאָרס‟ און זיך באַשטעלט אַ חופּה־קלייד.  

וועל איך איצט אײַך אויפֿקלערן אין וואָס באַשטייט מײַן ייִדישקייט הײַנט צו טאָג, אַז אין שיל גיי איך נישט. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין סאָוועטן פֿאַרבאַנד. דאָרט זײַנען אַלע רעליגיעס געווען פֿאַרבאָטן, און טרעפֿט וואָס: די גאָטלאָזע וועלט האָט נישט געמאַכט קיין פּשיטת רגל דערפֿון. 

לויט ווי מײַנע טאַטע מאַמע האָבן מיר דערציילט זײַנען די באָבע־זיידע פֿון ביידע זײַטן שוין נישט געווען פֿרום. וואָס אַן אמת, מײַן זיידע יהודה זײַנוול נויהאַוז, פֿון דער מאַמעס צד, האָט געפּרעדיקט אין זײַן געבורט־שטאָט לאָדזש, פּוילן, אַז קאַרל מאַרקס איז געווען גערעכט, רעליגיע איז נישט מער ווי אָפּיום פֿאַר די מאַסן. און אַזוי ווי איך האָב קיין מאָל נישט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון אָפּיום, בין איך קיין מאָל נישט געוואָרן פֿרום.

וואָזשע טוט מען ווען עס קומען די ימים־נוראים, אַז אין שיל גיי איך נישט, און דאַווענען דאַוון איך נישט און פֿון כּשרות האַלט איך נישט, און דער ייִד אין מיר הייבט זיך ווי אַ טײג? האָט מיך אָפּגעגליקט, ווײַל ווען ס’איז געקומען צום לערנען ייִדיש און ייִדישע קולטור איו קאָלומביע־אוניווערסיטעט 25 יאָר לאַנג האָב איך אויסגעפֿילט מײַן קוואָטע פֿון ייִדישקייט ביז דער פּאָקרישקע. ווי אַזוי? איז הערט זיך אײַן.

יעדן סעמעסטער פֿלעג איך נעמען מײַנע שילער קיין קרית יואל, אַ שטעטעלע אין מאַנראָו, ניו־יאָרק. קרית יואל איז אַ נאָמען נאָכן סאַטמאַרער רבין, יואל טײטלבוים, און זײַן עדה סאַטמאַרער חסידים, וואָס באַציִען זיך גאָר עקסטרעם אין זייער גלויבן אין ייִדישקייט. מײַן ציל איז געווען צו באַקענען מײַנע סטודענטן מיט אַ שטעטל ווו מ’רעדט ייִדיש, כאָטש אַ צעקאַליעטשעטן, געמישט מיט ענגליש. דער ציל איז אויך געווען צו באַקענען זיי מיט אַ ווערסיע פֿון אַ ייִדיש שטעטל וואָס אַזוינס האָט קיין מאָל נישט עקזיסטירט אין מזרח־אייראָפּע. ס’איז געשאַפֿן געוואָרן נאָכן חורבן לויט רבי טײטלבוימס ווערסיע פֿון אַ ייִדיש שטעטל. דער אמת איז אַז אין ייִדישע שטעטלעך אין מזרח־אייראָפּע האָבן ייִדן געלעבט בשכנות מיט פֿרומע און פֿרײַע, קיינער האָט נישט געשטערט איינער דעם צווייטן אין זייערע איבערצײַגונגען לגבי אמונה. דער פֿאַקט וואָס די ייִדישע יוגנט אין די שטעטלעך האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס ווי ציוניזם, בונדיזם, קאָמוניזם, אַנאַרכיזם, האָט מסתּמא אָנגעמאַכט טראַגעדיעס פֿאַר פֿרומע עלטערן און רבנישע הויפֿן, אָבער די יוגנט צווישן ביידע וועלט־מלחמות האָט זיך געפֿילט ווי אין אַ פּאַסטקע, און קוקנדיק אויף צוריק זײַנען די אַלע אידעאָלאָגיעס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין געטשקעס און עבֿודה־זרות.