אויסשטעלונג פֿון ייִדישע פּאָסטקאַרטלעך

Exhibit of Jewish Postcards

Courtesy of the Blavatnik Archive Foundation

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 16, 2016, issue of December 28, 2016.

מע האָט לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג בײַם „מוזיי אויף עלדרידזש־סטריט‟, וואָס ווײַזט ווי אַזוי די ייִדישע פּאָסטקאַרטלעך פֿונעם אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן געשילדערט דאָס ייִדישע לעבן אין פּוילן און אַמעריקע.

די אויסשטעלונג „די ייִדישע געטאָ אין פּאָסטקאַרטלעך: פֿון מיזרח־אייראָפּע ביזן איסט־סײַד‟ נעמט צונויף 50 פּאָסטקאַרטלעך, באַנאַנד מיט אויסצוגן פֿון געשיכטע־בעל־פּה אינטערוויוען און טעקסטן וועגן דער תּקופֿה.

ס׳רובֿ פֿון די פּאָסטקאַרטלעך ווײַזן בילדער פֿונעם אַמאָליקן איסט־סײַד: געפּאַקטע גאַסן מיט שטופּ־וועגעלעך און פֿערד־און־וואָגנס, אַ הענדלער וואָס פֿאַרקויפֿט זויערע אוגערקעס, און טענעמענט־הײַזער מיט וועש וואָס טריקנט זיך אויס אויף אַ שטריק. אַ סך פֿון די פּאָסטקאַטרלעך האָבן לכתּחילה געשיקט לערער, סאָציאַלע אַרבעטער און אַנדערע, וואָס האָבן געוואָלט ווײַזן זייערע קרובֿים און פֿרײַנט ווי אַזוי עס זעט אויס די געגנט וווּ זיי אַרבעטן. אַ סך פֿון די קאַרטלעך רופֿן אָן דעם „איסט־סײַד‟ די „געטאָ‟ אָדער אַפֿילו „יהודה‟.

די קאַרטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע ווײַזן אָן ייִדן מיט לאַנגע בערד; האָלצענע הײַזער מיט אומברוקירטע וועגן און אַנדערע סטערעאָטיפּישע בילדער פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך. אַ סך פֿון די בילדער האָבן לכתּחילה דײַטשישע סאָלדאַטן געמאַכט, ווען זיי האָבן געוואָלט שיקן זייערע קרובֿים אַ בילד פֿונעם (פֿאַר זיי) עקזאָטישן שטעטל־לעבן בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.

די עקספּאָנאַנטן זענען אַ טייל פֿונעם „בלאַוואַטניק־אַרכיוו‟, וואָס דער אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּ לען בלאַוואַטניק האָט געגרינדעט כּדי צו פֿאַרשפּרייטן מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם 20סטן יאָרהונדערט בכלל, און די איבערלעבונגען פֿון ייִדן במשך פֿון די יאָרן 1914־1945 בפֿרט.

די פֿאָרשטעלונג איז אָפֿן זונטיק ביז פֿרײַטיק, פֿון 10 אַזייגער אין דער פֿרי ביז 5 אַזייגער פֿאַרנאַכט, און וועט אָנגיין ביזן 8טן מאַרץ.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6