פּראָגראַמען בײַ דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟

Programs at the Medem Library

Courtesy of yiddishweb.com

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 21, 2016, issue of December 28, 2016.

אין „פֿאָרווערטס“ האָט מען שוין געשריבן וועגן דעם אַמביציעזן נײַעם פּלאַן פֿונעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ צוצוציִען ייִדיש־סטודענטן פֿון אויסלאַנד כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך (זעט: http://yiddish.forward.com/articles/200924/yiddish-immersion-program-at-the-medem-library/?). דער צענטער גייט אויך ווײַטער אָן מיט זײַנע רעגולערע אַקטיוויטעטן, און פֿיר מאָל אַ יאָר גיט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אַרויס איר קאַטאַלאָג פֿון קלאַסן און אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש, כּדי מפֿרסם צו זײַן אירע פּראָגראַמען.

לעצטנס האָט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אַרויסגעלאָזט איר קאַטאַלאָג פֿון פּראָגראַמען וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון יאַנואַר, פֿעברואַר און מאַרץ 2017, און וואָס גיט אויך אַ פֿאָרשפּיל פֿון זומערפּלענער בײַ דער ביבליאָטעק. צווישן די הויכפּונקטן:

1) מע וועט עפֿענען אַ מולטימעדיע־אויסשטעלונג א״ט „ווען די ווײַסל האָט גערעדט ייִדיש‟, וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין וואַרשע. ווי אַ טייל פֿון דער עפֿן־צערעמאָניע, וואָס וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 12טן יאַנואַר, וועט ד׳׳ר נאַטאַליע קריניצקאַ האַלטן אַ רעפֿעראַט.

2) דעם צווייטן זונטיק אין יאַנואַר און פֿעברואַר, און דעם לעצטן זונטיק אין מאַרץ, וועלן ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, ד׳׳ר שרון בר־כּוכבֿא און ד׳׳ר קריניצקאַ האַלטן רעפֿעראַטן אויף ייִדיש וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער מענדעלע מוכר־ספֿרים לכּבֿוד זײַן הונדערטסטן יאָרצײַט. ד׳׳ר ניבאָרסקי וועט רעדן וועגן מענדעלעס ראָמאַן דאָס ווינטש־פֿינגערל, ד׳׳ר בר־כּוכבֿא וועט רעדן אויף דער טעמע „פֿון מענדעלעס דור‟ און ד׳׳ר קריניצקאַ וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע „שלמה ר׳ חיימס: צווישן אַ ראָמאַן און אַן אויטאָביאָגראַפֿיע‟. די רעפֿעראַטן וועלן אַלע פֿאָרקומען פֿון 9:30 אין דער פֿרי ביז 4:30 נאָך מיטאָג.

3) די זומער־פּראָגראַם אין בערלין: „פֿאָרווערטס‟-לייענערס זענען שוין באַקאַנט מיט דער „אייראָפּעיִשער זומער־פּראָגראַם‟, וואָס קומט יעדעס יאָר פֿאָר אָדער אין פּאַריז, אָדער אין שטראַסבורג, אָדער אין בריסל. דאָס קומעדיקע יאָר וועט מען זיך קענען לערנען ייִדיש אין נאָך אַן אייראָפּעיִשער שטאָט: בערלין. די פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟, וועט אַרײַננעמען ייִדיש־קלאַסן אויף פֿיר מדרגות, ווי אויך וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן, פֿילמווײַזונגען, קאָנצערטן און אַרויספֿאָרן צו די הויפּט בערלינער אַטראַקציעס. עס וועלן לערנען קלאַסן: ד׳׳ר בר־כּוכבֿא, סאָניאַ פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ, ד׳׳ר קריניצקאַ און ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק.

נאָך אינפֿאָרמאַציע גייט צו: http://www.yiddishweb.com



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.