פֿראַנצייזישער הויפּט־רבֿ דריקט אויס זײַן מיטלײד נאָכן טעראָר־אַטאַק אין בערלין

French Chief Rabbi Offers Condolences After Berlin Terrorist Attack

הרבֿ חיים קאָרסיאַ
הרבֿ חיים קאָרסיאַ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 21, 2016, issue of December 28, 2016.

הרבֿ חיים קאָרסיאַ, דער הויפּט־רבֿ פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אויסגעדריקט זײַן טיפֿע מיטלייד מיטן דײַטשישן פֿאָלק נאָך דעם וואָס עס איז פֿאָרגעקומען אַ טעראָריסטישער אַטאַק אין בערלין.

צום ווייניקסטן צוועלף מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן און צענדליקער זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן מאָנטיק אויף דער נאַכט אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, נאָך דעם וואָס אַ ריזיקער לאַסטאויטאָ איז אַריבערגעפֿאָרן מענטשן, וואָס זענען געקומען צו גאַסט אין אַ ניטל־מאַרק. די טראַגעדיע איז פֿאָרגעקומען אינעם „ברײַטשײַדפּלאַץ‟ לעבן דער באַקאַנטער קירך אויפֿן נאָמען פֿון קײסער ווילהעלם.

דער אינצידענט איז מסתּמא ספּעציעל פּײַנלעך פֿאַרן פֿראַנצייזישן הויפּט־רבֿ ווײַל דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי זענען 80 מענטשן אומגעקומען און נאָך הונדערטער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין זייער אַן ענלעכן פֿאַל אין ניס, פֿראַנקרײַך. אין יענעם אַטאַק איז אַן איסלאַמישער טעראָריסט בכּיוון אַריבערגעפֿאָרן מיט זײַן משׂא־אויטאָ הונדערטער מענטשן, וואָס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ פּראָמענאַד בײַם ים, כּדי צו פּראַווען דעם „באַסטיל־טאָג‟.

„מיטן גאַנצן האַרצן שטיי איך מיט די מענטשן אין בערלין און מיטן דײַטשישן פֿאָלק‟, האָט הרבֿ קאָרסיאַ געשריבן אויף „טוויטער‟. „מײַנע תּפֿילות זענען מיט אײַך‟.

די דײַטשישע פּאָליציי גיט איבער, אַז מע פֿאָרשט אויס דעם אינצידענט ווי אַ „בכּיוונדיקן אַטאַק‟. דער שאָפֿער פֿונעם לאַסטאויטאָ איז לכתּחילה אַנטלאָפֿן פֿון דער סצענע, אָבער מע האָט אים שפּעטער געכאַפּט און אַרעסטירט ניט ווײַט פֿונעם ניטל־מאַרק. בילדער פֿון דער סצענע ווײַזן אָן ווי דער שוואַרצער לאַסטאויטאָ האָט זיך אָפּגעשטעלט צווישן עטלעכע בודקעס. דעם פֿאָדערשטן טייל פֿונעם אויטאָ איז שווער געשעדיקט געוואָרן.

די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אין נאָוועמבער געוואָרנט, אַז אַמעריקאַנער בירגערס זאָלן זיך זייער היטן בשעתן גיין אויף די ניטל־מאַרקן און אַנדערע עפֿנטלעכע פֿײַערונגען אין אייראָפּע בשעתן ניטל־סעזאָן. דערצו האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג צוגעגעבן געוויסע באַנאַקטע קירכן צו דער רשימה לאָקאַלן, וואָס טעראָריסטן וועלן אפֿשר פּרובירן צו אַטאַקירן. שוין לאַנגע יאָרן האָבן די גרעסטע אייראָפּעיִשע שילן זיך געפֿונען אויף אָט דער ליסטע, אָבער צום ערשטן מאָל באַטראַכט מען אויך קירכן צווישן די מעגלעכע צילן פֿון איסלאַמישע טעראָריסטן.