קען מען איבערזעצן דעם ציטירווערב „לײַק‟ אויף ייִדיש?

Can the Quotative Verb "Like" Be Translated Into Yiddish?

Yehuda Blum

פֿון איציק בלימאַן

Published December 22, 2016, issue of December 28, 2016.

אין נאָװעמבער בין איך געפֿאָרן קײן װאַנקוּװער, קאַנאַדע כּדי זיך צו באַטײליקן אין דער גרעסטער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אױפֿן געביט פֿון סאָציאָלינגװיסטיק, New Ways of Analyzing Variation [נײַע צוגאַנגען צום אַנאַליז פֿון לינגװיסטישער װאַריאַציע]. דאָרטן רעדט מען װעגן די אַנדערשקײטן צװישן שפּראַכן און דיאַלעקטן, און װי אַזױ אַזעלכע אַנדערשקײטן שפּיגלען אָפּ (אָדער שאַפֿן) גרעסערע סאָציאַלע אונטערשײדן אין דער געזעלשאַפֿט. אײן הױכפּונקט פֿון דער יערלעכער קאָנפֿערענץ איז די רעדע פֿון פּראָפֿ’ װיליאַם לאַבאָװ (פּענסילװײניער אוניװערסיטעט), דער גרינדער פֿון קװאַנטיטאַטיװער סאָציאָלינגװיסטיק — און דער באַקאַנטסטער תּלמיד פֿונעם לינגװיסט און ייִדישיסט אוריאל װײַנרײַך.

הײַיאָר האָט פּראָפֿ’ לאַבאָװ גערעדט װעגן דער אַנטװיקלונג פֿון נײַע װערבן (ענגלישע) װאָס מע ניצט איבערצוגעבן די רײד פֿון אַ צװײטן — „ציטירװערבן“ (quotative verbs) בלשון־האַקאַדעמיע. למשל, אױף ענגליש ניצט מען אָפֿט מאָל דעם װערב „to say“ [זאָגן]: „He says, I’m tired“ [ער זאָגט „כ’בין מיד“]. אין די 1980ער און 1990ער יאָרן זענען אָבער אױפֿגעקומען, איבער דער גאָרער ענגליש־רעדנדיקער װעלט, עטלעכע נײַע װאַריאַנטן: „He goes, I’m tired“ [ער גײט „כ’בין מיד“], „He’s all, I’m tired“ [ער איז אַלץ „כ’בין מיד“] און מסתּמא דאָס פֿאַרשפּרײטסטע „He’s like, I’m tired“ [„ער איז װי „איך בין מיד“].

אין זײַן גרױסן אַרכיװ פֿון פֿילאַדעלפֿיער ענגליש האָט פּראָפֿ’ לאַבאָװ געפֿונען אין יאָר 1979 דעם ערשטן באַניץ פֿון „be like“ [זײַן װי] בײַ אַפֿראָאַמעריקאַנער. אָבער אין די 1990ער איז די פֿאָרמע געװאָרן זײער פּאָפּולער בײַ אַלע יונגע־לײַט. פּראָפֿ’ לאַבאָװ האַלט, אַז דער װערב „be like“ דינט װי אַ מוסטער פֿון שפּראַך־עװאָלוציע בכלל: קודם־כּל באַװײַזן זיך די נײַע פֿאָרמעס בײַ יוגנטלעכע ענגליש־רעדערס — פֿריִער בײַ פֿרױען, שפּעטער בײַ מענער — אָבער עלטערע לײַט (און גאָר יונגע קינדער װאָס גײען נאָך נישט אין שול) ניצן װײַטער די עלטערע פֿאָרמעס. מיט דער צײַט װערן די יונגע עלטער, און אַזױ אַרום װערן די נײַע פֿאָרמעס פֿאַרשפּרײט בײַם גאַנצן שפּראַך־ציבור.

װעגן דעם אױפֿקום פֿון נײַע װערבן װאָס גיבן איבער יענעמס רײד האָבן געשריבן ממש צענדליקער לינגװיסטן — לאַבאָװ איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער. לגבי „be like“ װײסט מען װוּ מע ניצט עס, װען ס’איז אױפֿגעקומען און בײַ װעמען. מיר װײסן אױך װעגן סעמאַנטישע אונטערשײדן. למשל, מיט „be like“ קען מען איבערגעבן יענעמס געדאַנקען און אַפֿילו געפֿילן — „!He’s like, whoa“ [ער טראַכט, אוּװאַ!]. דעם גאַנצן ענין האָט מען אַזױ פּרטימדיק אױסגעפֿאָרשט, אַז אַ גרינער סטודענט פֿון לינגװיסטיק קען מײנען, אַז ס’איז נישטאָ מער װאָס װײַטער צו שטודירן.

דער אמת איז, אַז אַ גרױסע פּראָפּאָרץ פֿון די פֿאָרשונגען װאָס װערן הײַנט דורכגעפֿירט און געדרוקט אין די בכּבֿודיקסטע זשורנאַלן באַהאַנדלען פֿאַקטן װעגן ענגליש. די מערסטע סאָציאָלינגװיסטישע טעאָריעס, װאָס די הײַנטיקע פֿאָרשערס האַלטן פֿאַר „אוניװערסאַל“, זענען באַזירט אױף דער ענגליש־רעדנדיקער געזעלשאַפֿט, און זענען ביז איצט נישט אױסגעפּרוּװט אין קײן סך אַנדערע קאָנטעקסטן. װי אַזױ װערן געבױרן נײַע „ציטירװערבן“ אין אַנדערע לשונות, און אױף װיפֿל דעקן זיך די פֿאַקטן פֿון ענגליש מיט די פֿאַקטן פֿון די אַנדערע לשונות?