פּרשת וישבֿ, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Vayeyshev, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 22, 2016, issue of December 28, 2016.

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי אַזוי יעקבֿ האָט שלום געמאַכט מיט זײַן ברודער עשׂו. אַבֿרהמס ערשטער זון, ישמעאל, האָט געליטן פֿון אַ גײַסטיקער מפּלה, אָבער האָט צום סוף תּשובֿה געטאָן. יצחקס זון עשׂו איז געווען אַ רשע, הגם ער האָט געהאַט, ווי עס ווערט דערקלערט אין קבלה־ספֿרים, אַן „אַחיזה בקדושה‟; אין קאָפּ האָט ער געהאַט הייליקע מחשבֿות, אָבער למעשׂה איז ער געווען אַ בעל־עבֿירה. די חז״ל באַטאָנען, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן זיידן און טאַטן, זענען אַלע קינדער בײַ יעקבֿ אָבֿינו געווען צדיקים.

„וישבֿ יעקבֿ‟, האָט יעקבֿ זיך רויִק באַזעצט אין זײַן טאַטנס לאַנד. נישט עשׂו הרשע האָט דאָרטן פֿאַרביטערט יעקבֿס לעבן, נאָר זײַנע אייגענע קינדער. אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז געווידמעט דעם שאַרפֿן מחלוקת צווישן יעקבֿס באַליבטסטן זון יוסף און זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים שיִער נישט אומגעבראַכט און פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַף אין מצרים.

צוליב זײַן באַזונדערער ליבשאַפֿט צו יוספֿן האָט יעקבֿ געמאַכט פֿאַר אים אַ ספּעציעלן פֿילפֿאַרביקן מלבוש, אַ „כּתונת־פּסים‟. ווי מיר וועלן לייענען אין די קומעדיקע פּרשות איז יוספֿס אומגעוויינטלעך לעבן טאַקע געווען קאָליריק ווי אַ סוררעאַליסטישער חלום.

ווען יוסף האָט געזען אַז זײַנע ברודער טוען עפּעס, וואָס האָט אין זײַנע אויגן אויסגעזען קרום, פֿלעגט איר קומען מיט טענות קעגן זיי צום טאַטן. דערצו האָט יוסף אין זײַנע נבֿיאישע חלומות דערזען, אַז אין דער צוקונפֿט וועט ער געוועלטיקן איבער זײַנע ברידער. צוליב דעם האָבן זיי באַשלאָסן אים צו דערהרגענען און צו זאָגן דעם טאַטן אַ ליגן, אַז אַ ווילדע חיה האָט, כּלומרשט, פֿאַרצוקט זײַן באַליבט קינד.

חז״ל לייגן פֿאָר פֿאַרשיידענע תּירוצים, פֿאַר וואָס יוספֿס ברידער האָבן געמאַכט אַזאַ אַכזריותדיקן באַשלוס. אויפֿן ערשטן בליק איז אָבער שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זיי ווערן פֿאַררעכנט פֿאַר גרויסע צדיקים. אַדרבא, אַפֿילו עשׂו האָט געהאַט שׂכלדיקע סיבות צו זײַן אויפֿגעבראַכט אויף יעקבֿן; סוף־כּל־סוף האָט ער קיין שלעכטס נישט אָפּגעטאָן, הגם יעקבֿ האָט זיך איבערגעשראָקן און געמוזט אַנטלויפֿן צו לבֿנען. דער פּראַקטישער פּלאַן אומצוברענגען יוספֿן קלינגט אָבער אויסטערליש רישעותדיק.

יעקבֿס זין האָבן געמיינט, אַז צוליב יוספֿס נטיה צו מסירה, רכילות און מאַכט קומט אים טויטשטראָף. לויט זייער דעה, וואָלט יוסף – אויב ער וואָלט געוואָרן דער מנהיג פֿון דער משפּחה – מיט זײַנע חלומות געשטעלט דאָס גאַנצע קומעדיקע ייִדישע פֿאָלק אין אַ גרויסער סכּנה. אַזוי צי אַזוי האָט יהודה, דער פֿאַקטישער משפּחה־מנהיג, פֿאָרגעלייגט אַז מע זאָל רחמנות האָבן אויף יוספֿן און אים פֿאַרקויפֿן אין שקלאַפֿערײַ.

אין מצרים האָט יוסף געדינט ווי אַ משרת בײַ פּוטיפֿר. דאָס ווײַב פֿון זײַן בעל־הבית האָט געוואָלט מיט אים זינדיקן, אָבער יוסף האָט זיך מיט מסירת־נפֿש אָפּגעזאָגט און איז צוליב דעם אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע. להיפּוך, דערציילט אונדז ווײַטער די תּורה, האָט יהודה פֿאַרבראַכט מיט זײַן געוועזענער פֿרוי תּמר, וועלכע האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה כּדי צו האָבן נײַע קינדער דורך אים. זייערע ערשטע צוויי קינדער זענען נעבעך געשטאָרבן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.