צווישן מענטשן און מלאָכים

Between Man and Angel

דרײַ ווינטערדיקע טעג, פֿון רעכטס אויף לינקס: יאַלדאַ, חנוכּה און ניטל
דרײַ ווינטערדיקע טעג, פֿון רעכטס אויף לינקס: יאַלדאַ, חנוכּה און ניטל

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 25, 2016, issue of December 28, 2016.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿון אַ ליובאַוויטשער שיל, וווּ מע האָט אָפּגעמערקט דעם ערשטן טאָג חנוכּה מיט לאַטקעס און „גליִענדיקן ווײַן‟ (Glühwein). צוערטש האָב איך געטראַכט, אַז דאָס קאַרטל, באַצירט מיט דער דאַטע, דעם 25סטן דעצעמבער, מוז האָבן אַ שײַכות צום ניטל. דער מינהג צו טרינקען דעם הייסן רויטן ווײַן מיט געוויסע געווירצן איז אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער פֿעסט פֿאַרבונדן מיט קריסטלעכע טראַדיציעס; ווי אַ טשיקאַווער צופֿאַל, האָט חנוכּה זיך אָנגעהויבן הײַיאָר אַקוראַט ווען די קריסטן האָבן געפּראַוועט זייער חגא.

מיט עטלעכע טעג צוריק האָבן מיך אויך פֿאַרחידושט בילדער פֿון חנוכּה־צוגרייטונגען בײַ אַ צאָל געמישטע משפּחות, וואָס האָבן אויסגעשטעלט זייערע היימישע פֿאָטאָגראַפֿיעס אויפֿן „פֿייסבוק‟. די קאָמבינאַציעס פֿון מנורות, ניטלביימער, דריידלעך און ניטל־באַצירונגען האָבן אויף מיר געשאַפֿן אַ מאָדנעם אײַנדרוק, הגם אין אַמעריקע איז נישט קיין נאָווינע. די ליובאַוויטשער האָבן אויך אײַנגעפֿירט דעם מינהג אויסצושטעלן ריזיקע חנוכּה־לעמפּ אין דרויסן קעגנאיבער די יאָלקעס. ווי באַלד ביידע יום־טובֿים ווערן אַסאָציִיִרט מיט ליכט־צינדן, מיינען אַ סך דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער, אַז חנוכּה איז „אַ ייִדישער ניטל‟.

וווינענדיק אין רוסלאַנד מיט איבער 20 יאָר צוריק, האָב איך דערזען אַ קאָמישע סצענע. ווען די ליובאַוויטשער האָבן אָנגעצונדן אַ גרויסע מנורה אין דער פּעטערבורגער שיל־הויף, האָט זיך בײַ די טויערן פֿון דער שיל געוויזן אַ יונגערמאַן, היפּש בגילופֿין, וועלכער האָט דערציילט, אַז ער שטאַמט פֿון אַן אַסימילירטער גריכישער משפּחה און וויל וויסן מער וועגן דער געשיכטע פֿון זײַן פֿאָלק. חנוכּה האָט פֿאַר אים געקלונגען ווי אַן אומבאַקאַנט זײַטל אין דער גריכישער היסטאָריע. אַ פּאָר ליובאַוויטשער יאַטן האָבן מכבד געווען דעם יונגערמאַן מיט משקה און דערציילט וועגן דעם נצחון פֿון די חשמונאָים. דער גריך האָט זיי באַדאַנקט און באַמערקט: „מילא, ריכטיק האָט איר אונדז דעמאָלט געגעבן פּעטש‟, און געבעטן נאָך אַ „לחיים‟.

חנוכּה ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ יום־טובֿ, וואָס שטרײַכט אונטער דעם שאַרפֿן אונטערשייד צווישן ייִדישקייט און גוייִשקייט, צווישן די הייליקע חשמונאָים און דער טרייפֿענער גריכישער קולטור און פֿילאָסאָפֿיע. יעדעס מאָל, ווען חנוכּה און ניטל ווערן אויסגעמישט, זעט עס אויס ווי אַ סתּירותדיקע חוזק־מעשׂה. אין דער אמתן, זענען דער ייִדישער יום־טובֿ און די קריסטלעכע חגא טיף פֿאַרבונדן מיטן אַסטראָנאָמישן געשעעניש — דער ווינטערדיקער זונשטאַנד (Solstice), וואָס האָט געדינט ווי אַ קוואַל פֿון פֿאַרשיידענע פֿײַערונגען אַרום דער וועלט פֿון קדמונים אָן, טויזנטער יאָר פֿאַר די חשמונאָים און פֿאַרן אויפֿקום פֿון קריסטנטום.

מײַנע איראַנישע באַקאַנטע האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך געפּראַוועט די יאַלדאַ־נאַכט — די לענגסטע און פֿינצטערסטע נאַכט פֿונעם יאָר, ווען די משפּחות און חבֿרים פֿאַרברענגען צוזאַמען מיט נאַשערײַ און ליכט, און לייענען פֿאָר די קלאַסישע פּערסישע פּאָעזיע. באַזונדערס פּאָפּולער איז דער באַרימטער סופֿי־פּאָעט האַפֿעז. אַ סך איראַנער גלייבן, אַז ווען מע עפֿנט זײַן פּאָעזיע־זאַמלונג אויף טראַף, קאָן מען געפֿינען אַן ענטפֿער אויף אַ פּערזענלעכער קשיא און אַפֿילו וויסן, וואָס ס׳וועט זײַן אין דער צוקונפֿט. דאָס וואָרט „יאַלדאַ‟ מיינט „געבורט‟ אויף אַראַמיש; לכתּחילה שטאַמט דאָס דאָזיקע וואָרט פֿונעם ניטל. די פֿאָלקס־פֿײַערונג שטאַמט אָבער פֿון זאָראָאַסטריזם. אינעם מיטל־עלטערלעכן איראַן האָט דאָס פֿאָלק צוגעגעבן אַן איסלאַמישן עלעמענט און באַטראַכט עס איצט ווי די נאַכט, ווען די זון ווערט געבוירן פֿון ס׳נײַ. אין טעהעראַן וווינט די פּאָפּולערע שרײַבערין און פּאָעטעסע ערפֿאַן נאַזאַר־אַהאַרי, וואָס אירע חנעוודיקע יאַלדאַ־מעשׂיות קלינגען פֿאַרן מערבֿדיקן לייענער ווי טיפּישע ניטל־דערציילונגען, אָבער האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט קריסטלעכקייט.