אַ ייִדישער פֿידל פֿאַרכּישופֿט

The Magic of a Yiddish Violin

יובֿל וואַלדמאַן
יובֿל וואַלדמאַן

פֿון באָריס סאַנדלער

Published December 28, 2016, issue of December 28, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אַ בן־שיבֿעים איז אַ בכּבֿודיקער עלטער, ווען נישט ווייניק גרויסע מוזיקער־סאָליסטן ציִען אונטער אַ סך־הכּל צו זייער קאָנצערטירן־טעטיקייט. אונדזער בעל־יובֿל האָט מיר דערקלערט, אַז די פּראָגראַם פֿונעם קאָנצערט ווערט צונויפֿגעשטעלט ווי אַ מין פֿאַמיליע־אָוונט. זײַן פֿידל וועט קלינגען סאָלאָ, אָן אַ פּיאַנע־באַגלייטונג, און ער וועט אַליין פֿירן די פּראָגראַם… 

דעם יוביליי־אָוונט, מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר, האָט געעפֿנט דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, דזשאָנאַטאַן ברענד. באַזונדערס פֿאָרצושטעלן יובֿל וואַלדמאַן האָט ער נישט געדאַרפֿט, ווײַל אינעם פֿול־געפּאַקטן זאַל, איז מסתּמא נישט געווען קיין איין גאַסט, וואָס זאָל נישט געווען קענען דעם יובילאַר פּערזענלעך; צי איז עס אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ קאָלעגע, אַ תּלמיד, אַ קרובֿ און פֿרײַנד.

דעריבער איז באַרעכטיקט געווען דער אויסוואַל פֿון ווערק: וואַלדמאַנס אָריגינעלע באַאַרבעטונג פֿונעם באַקאַנט ליד „ירושלים של זהבֿ”. מיר הערן נישט דאָרט קיין ווירטואָזע פּאַסאַזשן, אייגנטימלעך פֿאַר אַזעלכע באַאַרבעטונגען. דער מוזיקער באַמיט זיך דאָ איבערצוגעבן מיט קלאַנג־עפֿעקטן די פֿאַרביקע גאַמע פֿון דוד המלכס שטאָט. דער לעגענדאַרער ייִדישער מלך האָט דאָך אַליין געשפּילט פֿידל.

דאָס ווערק פֿונעם מאָדערנעם אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר פּאַול־אַלאַן לוי איז אויך ענג פֿאַרבונדן מיט יובֿל סײַ מענטשלעך און סײַ שאַפֿעריש. עס איז אינספּירירט געוואָרן פֿון זייער פֿאַראַיאָריקער טרעפֿונג אין פּראָג — דער צענטער פֿון אייראָפּע, דאָס אָרט, וווּ יובֿל האָט זיך געלערנט און געאַרבעט נישט איין יאָר. דאָס ווערק הייסט טאַקע אַזוי, “Waltz from an Unknown Country” (אַ וואַלס פֿון אַן אומבאַקאַנט לאַנד). אייגנטלעך, האָט דער אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר דאָ אויסגענוצט נישט אַזוי דעם טיפּישן וואַלס־ריטעם, ווי דעם באַגריף גופֿא פֿון דעם וואַלס, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אייראָפּע און געוואָרן אַ סיבמאָל פֿון דערנענטערן לענדער און מענטשן.

דאָס „וויגליג” פֿונעם יונגן אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַסער, איז ספּעציעל געשאַפֿן געוואָרן צו דעם אָוונט. יעדעס קינד הייבט דאָך אָן זײַן מוזיקאַלישע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער וועלט פֿון זײַן מאַמעס וויגליד. יובֿלס פֿידל האָט ממש אויסגעזונגען יעדן קלאַנג, זייער האַרציק און אינטים, ווי אַ ייִדישער טאַטע. עס האָט פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם.

זײַן אייגענע געשיכטע האָט יובֿל געהאַט מיטן באַקאַנטן ישׂראל־טשעליסט, פֿאָלקלאָר־זאַמלער, קאָמפּאָזיטאָר יאָאַכים סטוטשעווסקי. זיי האָבן זיך באַקענט, ווען יאָאַכים איז שוין געווען אין זײַנע רײַפֿע נײַנציקער. אויפֿן יונגן מוזיקער האָט דעמאָלט געמאַכט אַן אײַנדרוק דער פּולסירנדיקער אָפּטימיזם, וואָס האָט געשפּרודלט פֿון דעם זקן. זינט דעמאָלט האָט יובֿל אײַנגעשלאָסן אין זײַן רעפּערטואַר עטלעכע קלענערע ווערק פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר, געשאַפֿן אונטערן אײַנפֿלוס פֿון אַרנאָלד שענבערגס אַטאָנאַלער מוזיק.

און צום סוף — אַ ווערק, אויך פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן מוזיקאַלישן אַמאָל, יחיאל גויזמאַנס „וואַריאַציעס אויף ׳התּיקווה’”. אַליין אַ באַקאַנטער קלעזמער פֿון אוקראַיִנע, האָט גויזמאַן באַקומען אַן ערנסטע מוזיקאַלישע בילדונג אין וואַרשע. אַ דאַנק זײַן השפּעה און הילף, זענען נישט ווייניק יונגע טאַלאַנטן אַרויף אויפֿן וועג און געמאַכט אַ פּראָפֿעסיאָנעלע קאַריערע. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען נאָר איין נאָמען — מישאַ עלמאַן, דער גרויסער אַמעריקאַנער פֿידלער.

גויזמאַנס „וואַריאַציעס”, געשאַפֿן אין נוסח פֿון הענריך וועניאַווסקי, פֿאָדערן פֿונעם פֿידלער צו זײַן באַהאַוונט אין אַלע פּיטשעווקעס פֿון ווירטואָזער מײַסטערשאַפֿט. צו שפּילן אַזאַ ווערק דאַרף מען זײַן, ווי מע זאָגט אויף ייִדיש „אין די פֿעדערן”. יובֿל מיט זײַן ייִדישן פֿידל און טעמפּעראַמענט האָבן עס גלענצנדיק אַרויסגעוויזן. די רײַפֿקייט פֿונעם פֿידלער, אָנגעזאַמלט מיט יאָרן פֿון שווערער האָרעוואַניע; און זײַן דערפֿאַרונג האָבן אים דערמעגלעכט מיט אַ יוגנטלעכן אַזאַרט אויסצופֿירן דאָס ווירטואָזע ווערק און די גאַנצע פּראָגראַם.

ביז 120, טײַערער פֿרײַנד, יובֿל וואַלדמאַן.