פּרשת מקץ, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Mikeitz, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 29, 2016, issue of December 28, 2016.

אונדזער הײַנטיקע פּרשה איז פֿעסט פֿאַרבונדן מיט חנוכּה און ווערט אַלעמאָל געלייענט במשך פֿונעם איצטיקן יום־טובֿ.

דער נצחון פֿון די חשמונאָים איז געווען אַ שטאַפּל אינעם גאולה־פּראָצעס, אָבער למעשׂה האָט ער געבראַכט צו קאָרומפּירטער מאַכט פֿון צווייפֿלהאַפֿטיקע מלכים און צום רוימישן גלות. דאָס וואָרט „מקץ‟ איז מרמז אויף דער קומענדיקער ביאת־המשיח, קץ־הימים; צוליב יוסף הצדיקס באַפֿרײַונג און הצלחה ווי שני־למלך בײַם פּרעה האָט זײַן גאַנצע משפּחה זיך געראַטעוועט פֿון הונגער. אַנשטאָט דער משיחישער גאולה איז אָבער געקומען די מיצרישע שקלאַפֿערײַ.

אין ביידע פֿאַלן איז פֿאַראַן אַן עכטן משיחישן עלעמענט — בפֿירושע ניסים. יוסף האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און די חשמונאָים אויף זייערע גאולה־טרוימען. אין דער מענטשלעכער געשיכטע איז אָבער דער חילוק צווישן ניסים און דרך־הטבֿע נישט אַלעמאָל קלאָר. די שטאַרקע אמונה קאָן אויפֿוועקן איבערנאַטירלעכע כּוחות אין אַנטשלאָסענע מענטשן; די אַנטשלאָסנקייט גופֿא קאָן גורם זײַן אַ נס. לאָמיר זיך קודם דערמאָנען די עיקרדיקע געשעענישן. אין דער הײַנטיקער סדרה ווען יוסף איז געזעסן אין טורמע צוליב דער פֿאַלשער באַשולדיקונג מצד פּוטיפֿרס ווײַב, האָט דער מלך־מצרים דערזען אַ מאָדנעם חלום מיט זיבן דאַרע קי, וואָס האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, ווי אויך וועגן זיבן אָפּגעשלאָגענע און געראָטענע זאַנגען.

ווען דער שׂר־המשקים, פּרעהס ווײַן־עקספּערט, איז אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט ער דערציילט דעם קיניג וועגן דעם אומגעוויינטלען בחור, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אַ וווּנדערלעכע פֿעיִקייט אָפּצוטײַטשן חלומות. יוסף האָט דערקלערט דעם מלך־מצרים, אַז די פֿעטע קי און די געראָטענע זאַנגען זענען מרמז אויף זיבן קומענדיקע געראָטענע יאָרן, נאָך וועלכער עס וועט קומען אַ זיבן־יאָריקער פּעריאָד פֿון הונגער. ווי אַ פּראַקטישע עצה, האָט יוסף באַטאָנט, אַז כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון דער צוקונפֿטיקער צרה, מוז מען שאַפֿן אַ גרויסן סקלאַד פֿון תּבֿואה. צוליב זײַן עצה איז דאָס לאַנד געראַטעוועט געוואָרן, און יוסף איז געוואָרן פּרעהס פֿאַרטרעטער און זײַן הױפּטראַטגעבער.

ווען ס׳האָט זיך אָנגעהויבן דער הונגער אין ארץ־כּנען, וווּ עס האָט געוווינט יוספֿס משפּחה, האָט יעקבֿ געשיקט זײַנע זין קיין מצרים צו קריגן שפּײַז, ווײַל דאָרטן, ווי ער האָט געהערט, זענען געבליבן אוצרות פֿון תּבֿואה. איין זון, בנימין, האָט ער אָבער נישט געלאָזט גיין. יוסף האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ מיצרישן באַאַמטן און אַרעסטירט זײַן ברודער שמעון פֿאַר שפּיאָנאַזש, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז בנימין קומט אויך קיין מצרים.

אין פֿאַרגלײַך מיט די חשמונאָים, וועלכע האָבן מנצח געווען די יוונים דורך אַן אָפֿענעם מיליטערישן אויפֿשטאַנד, האָט יוסף אויסגענוצט דורך אַ קונץ אַ פֿאַלשע גניבֿה־באַשולדיקונג, וואָס אויפֿן ערשטן בליק זעט אויס ווי אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע שאַנטאַזש־מעשׂה.

די חסידישע מפֿרשים זענען מסביר, אַז מיט זײַנע קונצן האָט ער געוואָלט מתּקן זײַן די נשמות פֿון זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַף צוליב פֿאַלשע חשדים, און דערצו צו ראַטעווען זײַן משפּחה. אַזוי צי אַזוי, שטעקט סײַ אין דער חנוכּה־מעשׂה, סײַ אין יוספֿס ווערן דער שני־למלך, דער עלעמענט פֿון אַ „חלומדיק‟ פּאַראַדאָקסיש איבערקערעניש.

אין דער ייִדישער טראַדיציע דינט די צאָל 7 ווי אַ סימבאָל פֿון שלימות. די וואָך באַשטייט פֿון זיבן טעג; נאָך די ששת־ימי־בראשית, האָט דער רבונו־של־עולם, כּבֿיכול, גערוט אויפֿן זיבעטן טעג, דהײַנו צוגעגעבן אין דער וועלט דעם עלעמענט פֿון שלימות און מנוחה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.