ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published December 28, 2016, issue of December 28, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַרגענטינער שרײַבער מאַרקאָס (מרדכי) ריבאַק איז געשטאָרבן

דעם 22סטן דעצעמבער איז ,אין דער פּראָװינץ קאָרדאָבאַ, געשטאָרבן דער באַרימטער אַרגענטינער שרײַבער אַנדרעס ריװעראַ. אַ געבוירענער אין בוענאָס־אײַרעס אין 1928, איז זײַן אמתער נאָמען געװען מאַרקאָס (מרדכי) ריבאַק. אַ זון פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, שטריקערס, האָט ער שטענדיק באַשריבן אין זײַנע װערק די אַרבעטערס, די סינדיקאַלע שטרײַטן און װי אַזוי דער נעאָ־ליבעראַליזם האָט צעשטערט די אַרגענטינער װירטשאַפֿט. דער טאַטע, אויך אַ קאָמוניסט, איז געװען אַקטיװ אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט און דער זון האָט ממשיך געװען דעם טאַטנס װעג. די מאַמע, שולמית שאַץ, איז געבוירן געװאָרן אין פּרוסקאָװ (הײַנט כמעלניצקי) אין אוקראַינע, און דער פֿאָטער אין פּוילן. 

אין 1964 איז אַנדרעס ריװעראַ אויסגעשלאָסן געװאָרן פֿון דער אַרגענטינער קאָמוניסטישער פּאַרטיי איבער זײַן קריטישער פּאָליטישער שטעלונג. ער האָט זיך פֿולשטענדיק אָפּגעגעבן דער זשורנאַליסטיק און ליטעראַטור און דער באַרימטער פֿאַרלאַג „סעיקס באַראַל‟ האָט במשך פֿון 12 יאָר פּובליקירט 15 ביכער זײַנע. זײַן ראָמאַן „די רעװאָלוציע איז אַן אייביקער חלום‟ איז זײַן באַרימט װערק. אַ סך פֿון זײַנע טיפּן זײַנען ייִדן פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער בײַשטאָט „װיזשאַ לינטש‟, די אַרגענטינער לאָדזש, װו עס האָבן זיך באַזעצט טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן און װו מען קען נאָך געפֿינען  צענדליקער יידישע שטריקער־װאַרשטאַטן. די לעצטע צײַט האָט ער באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין „בעזשאַ װיסטאַ‟, אַן אָרעמע געגנט פֿון אַרבעטלאָזע, אַ 700 ק״מ פֿון בוענאָס אײַרעס, און ביז דער לעצטער מינוט האָט ער פֿאַר זיי אָרגאַניזירט װאַרשטאַטן, זיי געלערנט לייענען און שרײַבן, אַנאַליזירן פֿילמען און טעאַטער און פּובליקירט זייערע אַרבעטן.


הזכּרה נאָך די פֿאַרשװוּנדענע ייִדן

זינט 2004 פֿירט דורך די בוענאָס־אײַרעסער קהילה אין חודש דעצעמבער, אַ הזכּרה פֿאַר די „ייִדישע פֿאַרשװונדענע‟ אין דער צײַט פֿון דער מיליטערישער דיקטאַטור פֿון די 1970ער יאָרן. דער דערציִערישער פּראָיעקט „עדות‟ זוכט באַקאַנט צו מאַכן די פֿאָרגעקומע געשעענישן, ספּעציעל צװישן די יונגע דורות. מען שאַצט אַז צװישן 1976 און 1983 זײַנען פֿאַרשװונדן אַ 2000 ייִדן, די מערהייט יוגנטלעכע, פֿון װעלכע מען װייסט פֿון זיי גאָר נישט ביזן הײַנטיקן טאָג.


רעפֿעראַטן אין חורבן־מוזײ אַנאַליזירן די משפּטים אין נירנבערג

דינסטיק דעם 12טן דעצעמבער, איז פֿאָרגעקומען אין „חורבן־מוזיי‟ פֿון בוענאָס־אײַרעס אַן אָװנט צו דערמאָנען און אַנאַליזירן די משפּטים אין נירנבערג, נאָכן חורבן. עס האָבן זיך באַטייליקט דער פּראָקוראָר אַלבערטאָ זשענטילע און די ריכטערס פּאַבלאָ לאַופֿער און כאָרכע ראָדריגעז. זיי האָבן רעפֿערירט װעגן די יורידישע אַספּעקטן און די באַרעכטיקונג פֿון די לעגאַלע אַספּעקטן פֿון דעם מישפּט און דער באַגריף פֿון מלחמה פֿאַרברעכנס כּדי צו מישפּטן די נאַצישע פֿירערס. דער אויספֿיר איז געװען אַז די טעמע דאַרף געלערנט װערן אין שולן און אוניװערסיטעטן און דאָס לערנען װעגן חורבן איז אַ פֿאָרעם צו קעמפֿן פֿאַר מענטשנרעכט.


פֿאָרשטײערס פֿון 3 רעליגיעס טרעפֿן זיך כּדי זיך אויסבעטן אַ גוט יאָר

הײַיאָר, לכּבֿוד ניטל און חנוכּה, האָבן זיך פֿאָרשטייערס פֿון קריסטלעכע קירכעס, אַ מוסולמענישער פֿירער און דער ראַבינער דניאל גאָלדמאַן, זיך געטראָפֿן צו שמועסן און אויסצובעטן אַ גוט ציװילן נײַיאָר. די טראַדיציע האָט זיך אָנגעהויבן אין 2005, מיטן דעמאָלטיקן קאַרדינאַל בערגאָגליאָ, דער איצטיקער פּויפּסט פֿראַנסיס.


פּאָליטישע פֿירער העלפֿן צינדן חנוכּה־ליכט בײַ דער „דאַיאַ‟

מוצאי־שבת האָט די װיצע־פּרעזידענטין, גאַבריעלאַ מיקעטי באַזוכט די „דאַיאַ‟ און דאָרטן אָנגעצונדן דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל. אויף מאָרגן, איז די פֿירערין פֿון דער אָפּאָזיציע מאַרגאַריטאַ סאָלביצער פֿאַרבעטן געװאָרן אָנצוצינדן דאָס צװייטע ליכטל. שוין 4 יאָר װי פּאָליטישע פֿירערס צינדן־אָן חנוכּה־ליכטלעך אינעם בנין פֿון דער קהילה.

מיטװאָך, דעם 28סטן איז פֿאָרגעקומען אין דער קהילה דער טראַדיציאָנעלער קינדער־ספּעקטאַקל צו פֿײַערן חנוכּה. מען האָט אָנגעצונדן דאָס פֿינפֿטע ליכטל,  געזונגען צוגעפּאַסטע ייִדישע און לאַדינאָ לידער און מען האָט געשפּילט אַ פּיעסע װו די ליכטלעך דערציילן עפּיזאָדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע. בײַם סוף האָט מען פֿאַרטיילט די קינדער פֿרישע לאַטקעס װאָס די װאָלונטירקעס האָבן צוגעגרייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.