אַ וואָרענונג: זעט ניט די פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟!

A Warning Not to See the Play "God of Vengeance"


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 01, 2017, issue of December 28, 2016.

אין שײַכות מיט דער אָנגייענדיקער פּרעמיערע פֿון „גאָט פֿון נקמה‟ האָט זיך די וואָך באַוויזן אויף דער אינטערנעץ אַ חרדישער פּאַשקעוויל, כּלומרשט אונטערגעשריבן דורך אַ גאַנצער ריי באַקאַנטע רבנים.

דעם 22סטן דעצעמבער האָט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ אָנגעהויבן שפּילן אַ נײַעם וואַריאַנט פֿון שלום אַשס באַקאַנטער פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟ אינעם מאַנהעטענער טעאַטער „לאַ מאַמאַ‟. די פּיעסע איז אויף ייִדיש. ביזן 22סטן יאַנואַר וועלט די צוקוקער קאָנען כּמעט יעדן טאָג הנאָה האָבן פֿון דער פּיעסע. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט שוין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע פֿונעם נײַעם ספּעקטאַקל

אינעם פּאַשקעוויל, וואָס איז געשריבן אויף לשון־קודש, שטייט געשריבן:

אַ שטרענגע וואָרענונג!

מיר האָבן געהערט אַ קלאַנג און מיט גרויס אַנגסט זענען מיר געווויר געוואָרן, אַז מע קלײַבט זיך צו שטעלן די פּיעסע מיטן נאָמען „ג־ט פֿון נקמה‟ אינעם מאַנהעטענער טעאַטער „לאַ מאַמאַ‟.

עס וועלן זיך באַווײַזן אַקטיאָרן און אַקטריסעס נישט צניועתדיק אָנגעטאָן, משונהדיק אָפּגעפֿאָרענע פֿונעם וועג („מקצה המחנה‟), צו שפּילן אין פֿאָרנט פֿון מענער און פֿרויען, וואָס וועט ברענגען צו הוליען און קלות־ראָש, און אַזוי ווײַטער. ווי די רעאַליטעט האָט שוין פֿריִער דערוויזן, קומען פֿון אַזעלכע געשעענישן אויס שרעקלעכע מיכשולות, חלילה, וואָס האָבן צוליב אונדזערע זינד אומגעבראַכט אַ סך קרבנות. דאָס איז אַלץ אַן עצה פֿונעם יצר־הרע אינגאַנצן אויסצוהוילן די יוגנט פֿון די לעצטע שפּורן יראת־שמים און אַראָפּצוברענגען זיך, חלילה, אין אַ טיפֿן תּהום. די גדולי־ישׂראל האָבן זיך שוין באַקלאָגט און אַבסאָלוט שטרענג געאַסרט צו גיין אויף אַזעלכע ספּעקטאַקלען.

דערפֿאַר פּסקענען מיר, אַז על־פּי תּורה טאָר מען זיך נישט באַטייליקן אינעם ספּעקטאַקל. ס׳איז נישטאָ אויף דעם קיין היתּר פֿאַר מענער צי פֿאַר פֿרויען, פֿאַר קינדער צי דערוואַקסענע, און ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן און שוישפּילער אַליין טאָרן עס נישט טאָן און זענען פֿאַרפֿירער פֿון כּלל־ישׂראל (מחטיאי־הרבים).

ווי דער שטייגער איז, ווערט דער פּאַשקעוויל באַגלייט מיט אַ פּאָר פּסוקים און אַ גאַנצער טאַבעלע פֿון 33 אונטערשרײַבערס, אַרײַנגערעכנט גוט באַקאַנטע חסידישע און ליטוויש־חרדישע רבנים. עס שטייט אויך די דאַטע: דער הײַנטיקער חודש כּיסלוו. די מחברים פֿונעם טעקסט רופֿן זיך אָן „וועד משמרת הקודש‟.

אינעם סאַמע צענטער פֿון דער רבנים־ליסטע וואַרפֿט זיך אָבער אין די אויגן דער נאָמען פֿון הרבֿ ישׂראל בעלסקי, דער געוועזענער ראָש פֿון דער באַקאַנטער ליטווישער ישיבֿה „תּורה ודעת‟ אין קענסינגטאָן, ברוקלין. בעלסקי איז ניפֿטר געוואָרן כּמעט מיט אַ יאָר צוריק. טעאָרעטיש, קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז עמעצער האָט אים געוואָרנט, ווען דער טעאַטער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער דער פּיעסע, אָבער זײַן נאָמען אין אַ פֿרישן פּאַשקעוויל איז זיכער אַ פֿעלשערײַ.

צענדליקער אַנדערע רבנים אין דער רשימה זענען געזונט און שטאַרק. אַ טייל אַנדערע זענען זקנים, וואָס זענען צו שוואַך צו באַטראַכטן אַזאַ ענין, ווי דעם תּוכן פֿון אַ טעאַטער־שפּיל. אַזוי צי אַזוי, ווערן אַזעלכע פּאַשקעווילן כּסדר אַרויסגעבראַכט באַהאַלטענערהייט דורך יחידים, וואָס רעפּרעזענטירן, כּלומשרט, גאַנצע אָרגאַניזאַציעס. אין אַ טייל פֿאַלן שיקן זיי אַ פֿאַרלאָזלעכן עסקן, וואָס זאַמלט טאַקע אמתע חתימות אָדער אומפֿאָרמעלע הסכּם־ווערטער פֿון געוויסע רבנים, וואָס טראַכטן זיך נישט אַרײַן אין דער באַהאַנדלטער פֿראַגע. צומאָל טשעפּען די מיסטעריעזע מחברים צו די זעלבע אַלטע ליסטעס צו זייערע פּערזענלעכע אויסגעטראַכטע פּלאַקאַטן. חסידישע רביים און ליטווישע ראָש־ישיבֿות זענען כּסדר פֿאַרנומען מיט הונדערטער און טויזנטער שנאָרערס, עסקנים און אַנדערע מענטשן; אָפֿטמאָל, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן עלטערע לײַט, געדענקען זיי נישט אַליין, וואָס זיי האָבן גוטגעהייסן אָדער פֿאַרדאַמט. למשל, דער סקולענער רבי, הרבֿ ישׂראל־ אַבֿרהם פּאָרטוגאַל, וועלכער שטייט בײַם אָנהייב פֿון דער רשימה, איז אַ שוואַכער באַשיידענער 91־יאָריקער אַלמן. אַוודאי וואָלט ער גוטגעהייסן וועלכן־ניט־איז פּסק קעגן טעאַטער, אָבער דאָס אויסנוצן אַזעלכע נעמען פֿאַר פּערזענלעכע קנאָות־צוועקן איז עקלדיק.

די רבנים אין דער ליסטע פֿאַרווערן סײַ־ווי־סײַ וועלכע־ניט־איז וועלטלעכע פּיעסעס, שוין אָפּגערעדט פֿון עראָטישע סצענעס. פֿרעגט זיך אַ קשיא: צוליב וואָס דאַרף מען איבערחזרן דעם באַקאַנטן אַלטן פּסק? די, וואָס ווילן זען שלום אַשס פּיעסע ווייסן דאָך אַליין, אָן קיין פּאַשקעוויל, אַז אין דער חרדישער וועלט זענען סצענעס וועגן אַ לעסבישער ליבע צווישן זונות געפֿערלעך טרייף. בײַ די סקווערער, גערער, בעלזער, סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים, וואָס זייער רבנים פֿיגורירן אינעם פּאַשקעוויל, זענען פֿאַרווערט, בדרך־כּלל, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַפֿילו גאַנץ צניעותדיק באַקליידטע פֿרעמדע פֿרויען.

אַ צאָל חסידים און ליטווישע חרדים, וואָס וווינען אין מאָנסי און ברוקלין, האָבן איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דערווײַל האָבן זיי נישט געזען דעם פּאַשקעוויל אויף דער גאַס. עס קאָן זײַן, אַז דער פּאַשקעוויל האָט מען בכלל פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ. עס קאָן אויך זײַן, אַז ס׳איז סתּם אַ וויץ.

ס׳איז אויך וויכטיק צו דערמאָנען, אַז אין דער פּיעסע שפּילן דרײַ געוועזענע פֿרומע נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער: אליהו ראָזענבלום, אלעזר טווערסקי און מלכּה ווײַס. אַזעלכע אַקטיאָרן קאָנען אַרויסצורופֿן אַ באַזונדערן כּעס אין חסידישע קרײַזן. צי מיינט עס אָבער, אַז די אַקטיאָרן וועלן אַרײַנשלעפּן זייערע פֿרומע צוקוקער אין זייער „אָפּגעפֿאָרענער‟ סבֿיבֿה? לאַוו־דווקא. אַדרבה, די בלינדע און אויסגעטראַכטע פּסקי־דינים פֿון רבנים, וואָס הייבן זיכער נישט אָן צו וויסן און ווילן נישט וויסן, וואָס שלום אַש האָט באמת געשריבן און וואָס קומט פֿאָר אויף דער סצענע, דינען דווקא ווי אַ רעקלאַמע פֿון דער פּיעסע. און דאָס איז טאַקע די איראָניע: אַזוינע קנאָיִשע רדיפֿות קעגן די יונגע־לײַט, וואָס ווילן בעסער פֿאַרשטיין די אַרומיקע וועלט מיט איר וועלטלעכער קולטור, זענען דער „בעסטער‟ מיטל אַרויסצורופֿן בײַ זיי אַ טיפֿע אַלערגיע צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט בכלל און חסידות בפֿרט.