סימפּאָזיום אין אַמסטערדאַם: ייִדיש נאָך 1945

Symposium in Amsterdam: Yiddish After 1945

פֿון רעכטס: ד״ר גלי דרוקער בר־עם, ד״ר אַניטאַ נאָריך און ד״ר יאָאַנאַ נאַלעוואַיקאָ קוליקאָוו
פֿון רעכטס: ד״ר גלי דרוקער בר־עם, ד״ר אַניטאַ נאָריך און ד״ר יאָאַנאַ נאַלעוואַיקאָ קוליקאָוו

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 04, 2017, issue of January 27, 2017.

אַ סימפּאָזיום אין אַמסטערדאַם וועט אַרומרעדן דעם גורל פֿון ייִדיש נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און דעם אופֿן ווי אַזוי די ייִדישע שרײַבער, אינטעליגענטן און קולטור־טוער האָבן פּרובירט ווײַטער אָנצוגיין מיט זייער אַרבעט, ניט געקוקט אויף דער פֿאַרטיליקונג פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער געזעלשאַפֿט אין מיזרח־אייראָפּע.

אין דער פּראָגראַם וועלן אָנטיילנעמען ד״ר גלי דרוקער בר־עם (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), ד״ר יאָאַנאַ נאַלעוואַיקאָ קוליקאָוו (די פּוילישע וויסנשאַפֿטלעכע אַקאַדעמיע) און ד״ר אַניטאַ נאָריך (מישיגענער אוניווערסיטעט אין ען־אַרבאָר). ד״ר בר־עם וועט רעפֿערירן וועגן די הויפּט קולטורעלע אויפֿטוען אויפֿן געביט פֿון ייִדיש וואָס זענען פֿאָרגעקומען במשך פֿון די יאָרן 1945 און 1950. אין איר רעפֿעראַט וועט זי דערקלערן ווי אַזוי די שילדערונג פֿון די חרובֿ־געוואָרענע מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענע יאָרן האָט ניט בלויז פֿאַראייביקט די דאָזיקע קהילות, נאָר אויך געדינט ווי דער שטאָף פֿון וועלכן מע האָט געשאַפֿן נײַע קולטורעלע איניציאַטיוון.

ד״ר יאָאַנאַ נאַלעוואַיקאָ־קוליקאָוו וועט דערקלערן ווי אַזוי די פּוילישע רעגירונג האָט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אונטערגעשטיצט די ייִדישע שפּראַך און קולטור און די ראָלע וואָס די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן געשפּילט אינעם שאַפֿן ייִדישע מלוכישע טאָגשולן, פֿאַרלאַגן און אַזוי ווײַטער. ד״ר נאַלעוואַיקאָ־קוליקאָוו וועט אויך דערקלערן ווי אַזוי פּוילן האָט געדינט ווי אַ טרעפֿפּונקט פֿאַר ייִדישע מחברים פֿון ביידע זײַטן פֿונעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג.

ד״ר אַניטאַ נאָריך וועט רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי עס האָט זיך נאָכן חורבן געביטן די ראָלע פֿון די איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף אַנדערע שפּראַכן. ד״ר נאָריך וועט דערקלערן ווי אַזוי די ייִדישע שרײַבער און רעדאַקטאָרן האָבן באַטראַכט אַזעלכע פֿראַגעס ווי „צי האָט דאָס איבערזעצן ביכער פֿון ייִדיש געמיינט, אַז עס ענדיקט זיך די ייִדישע קולטור?‟ און „צי קען מען אויפֿהאַלטן די ייִדישע קולטור דורך איבערזעצונגען?‟

דער סימפּאָזיום וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 19טן יאַנואַר, בײַם געוועזענעם הויפּט־קוואַרטיר פֿון דער „האָלענדישער מיזרח־אינדישער פֿירמע‟ (Kloveniersburgwal 48), פֿון 1 אַזייגער נאָכמיטאָג ביז 5:30 אין אָוונט. די פּראָגראַם, דער „11טער אַמסטערדאַמער ייִדיש־סימפּאָזיום‟, ווערט אָרגאַניזירט דורכן „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מנשה בן ישׂראל פֿאַר ייִדישע סאָציאַלע און קולטורע שטודיעס‟, מיט דער מיטהילף פֿון דער „אָפּטיילונג פֿאַר ייִדישער קולטור, שפּראַך און ליטעראַטור‟ בײַם „אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון הײַנריך הײַנע‟ אין דיסעלדאָרף, דײַטשלאַנד.

די רעפֿעראַטן וועלן געהאַלטן ווערן אויף ענגליש. דער אײַנטריט איז 10 אייראָס. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: //www.mbii.nl/?id=60.