דער נעבעכדיקער אימאַזש פֿון אַשכּנזים אין דער ישׂראל־מעדיאַ

A Pathetic Image of Ashkenazi Jews in the Israeli Media

סצענע פֿונעם „די אַכציקער יאָרן‟
סצענע פֿונעם „די אַכציקער יאָרן‟

פֿון דניאל גלאַי

Published January 05, 2017, issue of January 27, 2017.

די בײַלאַגע פֿון דער צײַטונג „האָרץ‟ אין ישׂראל האָט דעם 2טן דעצעמבער 2016 געווידמעט אַ גאָר ברייטן אַרטיקל פון דפֿנה (דאַפֿנאַ) יודאָוויטש צו דעם אימאַזש פֿון אַשכּנזים און מזרחים, אָריענטאַלע ייִדן, אין דער מעדיאַ.

דער הויפּטגעדאַנק וואָס ווערט דאָ אַרויסגעבראַכט איז, אַז דער אמתער העלד אין דער מעדיאַ איז הײַנט דער מזרחישער ייִד, בשעת די אשכּנזים ווערן אָפֿט מאָל פֿאָרגעשטעלט װי קמצנים און מאַניאַקן, ס׳הייסט אַזעלכע טיפּן וואָס האָבן מאָדנע, אומנאָרמאַלע און אומפֿאַרשטענדלעכע אויפֿפֿירונגען.

דערמיט פֿאַרכאַפּט מיר אַזאַ געפֿיל: „אוי־וויי, וואָס טו איך דאָ? באַשוואַרץ איך ניט דערמיט דעם גוטן נאָמען פֿון מדינת־ישׂראל אין אויסלאַנד, דורך פֿאַרעפֿנטלעכן די דאָזיקע אָנגעלאָדענע, פּראָבלעמאַטישע טעמע אין אַזאַ וויכטיקער ניו־יאָרקער צײַטונג ווי דער ייִדישער „פֿאָרווערטס‟? ווי אַלע ווייסן, גײט אָן הײַנט אַ הייסע דיסקוסיע אין לאַנד ישׂראל אַרום דער טעטיקייט פֿון אַזאַ אָרגאַניזאַציע ווי „שובֿרים שתּיקה‟, (ברעכן די פֿאַרשווײַגונג) וואָס דריקט אויס אַן עקסטרעם שאַרפֿע קריטיק קעגן דער באַזעצונג און פֿירעכץ פֿון ישׂראל אין די געביטן פֿון יהודה און שומרון. אפֿילו אַ סך מענטשן וועלכע אידענטיפֿיצירן זיך מיט אַזאַ קריטישער שטעלונג, טענהן, אַז מע טאָר ניט פֿאַרעפֿנטלעכן אַזוינע וויכּוחים אין אויסלאַנד. ס׳הייסט, ישׂראלים „דאַרפֿן ניט אויסוואַשן די שמוציקע וועש‟ אויסער די גרענעצן פון מדינת־ישׂראל.

נאָכן דורכטראַכטן דעם ענין, בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז כאָטש פֿיל לייענער וועלן זיך פֿילן עטוואָס שאָקירט פֿון אַנטפּלעקן דאָ, ווי נידעריק איז אין ישׂראל געפֿאַלן דער אימאַזש פֿון די „ווײַסע‟ אַשכּנזים, מוז מען ברענגען די אָ טעמע פֿאַר אַן עולם, אַ ייִדישן, וואָס האָט אין אַלגעמיין אַ פּאָזיטיווע שטעלונג כּלפּי מדינת־ישׂראל — אומהאָפּענגיק פֿון איר אויסערלעכער פּאָליטיק. און דער איבערוועגנדיקער אַרגומענט פֿאַרן שמועסן עפֿנטלעכך וועגן דער טעמע איז, אַז עס קאָן, אין אַ געוויסן מאָמענט, גראַדע פֿאַרשטאַרקן אַ פּראָ־אַשכּנזישע רעאַקציע. מיר׳ן דערלעבן, וועלן מיר וויסן.

דער אויבן דערמאָנטער אַרטיקל באַשרײַבט אַ געזעלשאַפֿטלעך „איבערקערעניש‟ אין לאַנד: יענע צײַטן ווען ס׳האָט געהערשט אַ פּאָזיטיווער אימאַזש פֿון די „פֿאַרישׂראליזירטע‟ אַשכּנזים זענען אין גאַנצן פֿאַרבײַ, און איצט זענען די נײַע העלדן געוואָרן די מזרחים. ווי געזאָגט, באַציט זיך דאָס בעיקר צו דער טעלעוויזיע וואָס, ווי אַלע ווייסן, איז אַ ריזיקע מאַסן־מעדיאַ. מער ספּעציפֿיש רעדט זיך וועגן דעם אינהאַלט פֿון רעקלאַמעס, דאָקומענטאַלע פֿילמען און פֿאַרווײַלערישע קאָמעדיעס וואָס ווערן טראַנסמיטירט בהמשכים. היות ווי אָט די פּראָגראַמען דערגייען צו גרויסע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג און אין פֿיל שעהען אין פֿאַרלויף פֿון דער וואָך, קאָן מען פֿעסטשטעלן, אַז די דאָזיקע פּראָגראַמען שפּיגלען אָפּ וואָס עס קומט פֿאָר אין דער געזעלשאַפֿט און אין דער עפֿנטלעכקייט, דאָס הייסט אין ספּעציפֿישע טאָגטעגלעכע סיטואַציעס ווי אין אַרבעטס־פּלעצער, אין שולן, אין מיליטער אאַז”וו. מ׳מוז אויפֿקלערן, אַז די מערהייט פֿילם־לײַט וועלכע זאָגן זיך אַרויס אין דעם אַרטיקל זענען פֿון מזרחדיקן אָפּשטאַם און דעריבער דריקן זיי אויס נאָר סוביעקטיווע מיינונגען. קאָן מען דערויף ענטפֿערן אַז די אָ מיינונגען באַהערשן מער און מער די מעדיאַ.

פֿון דעם אַשכּנזישן סעקטאָר פֿילט זיך אַ גרויסער וואַקום. מ׳מאַכט זיך ניט וויסנדיק, ווי ניט אונדז מײנט מען. מ׳האָט מורא צו „טשעפּען דעם בער‟, מ׳זאָל חלילה ניט אויפֿוועקן זײַן צאָרן. אָנגייענדיקע פּראָגראַמען וועלכע האָבן אין דער טעלעוויזיע געהאַט אַ הויכן רייטינג זענען אַזעלכע ווי „סבֿרי מרנן‟, „די אימפּעריע זאַגורי‟ און „די אַכציקער יאָרן‟, וווּ צו זײַן אַן אַשכּנזי איז פֿאָרגעשטעלט ווי האָבן אַ דעפֿעקט פֿון געבורט. אַקעגן דער אָ נעגאַטיווער באַציִונג צו דעם ישׂראלישן אַשכּנזי, קען מען שוין עטלעכע יאָרן זען אויפֿן קליינעם עקראַן די פּראָגראַם „שטיסל‟ — אַ וווּנדערלעכע טעלעוויזיע־סעריע מיט אַ געוואַלדיקן דערפֿאָלג, וואָס ווײַזט די פֿרומע ייִדן פֿון מאה־שערים אין אַ פּאָזיטיווער ליכט. ניטאָ קיין שום ספֿק, אַז די פּראָגראַם האָט געהאָלפֿן ברעכן פֿיל אַנטי־רעליגיעזע און אויך אַנטי־אַשכּנזישע געפֿילן וועלכע זענען טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער באַפֿעלקערונג. נאָר דאָס איז געווען אַן אויסנאַם. איבעריק צו זאָגן, אַז ס׳האָט אויך ניט געגעבן קיין נעגאַטיוון אימאַזש פֿון די מזרח־ייִדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.