פּרשת ויגש, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Vayigash, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 05, 2017, issue of January 27, 2017.

צוליב זײַן נבֿיאיִשער עצה, איז יוסף הצדיק באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, געראַטעוועט מצרים פֿון הונגער און געוואָרן דער שני־למלך אינעם לאַנד. אַנשטאָט פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט געפּרוּווט אים צו פֿאַרפֿירן, האָט ער חתונה געהאַט מיט אָסנת, פּוטיפֿרס טאָכטער. אַזאַ מעשׂה קלינגט ווי דער יסוד פֿון אַ ראָמאַנטישן פֿילם; אין יעדן אַספּעקט, אַרײַנגערעכנט דעם פּערזענלעכן לעבן, האָט יוסף געוווּנען אויף אַן אינגאַנצן אומגעריכטן אופֿן.

אַלע יוספֿס ברידער, אַחוץ בנימין, זענען אָנגעקומען קיין מצרים פֿון ארץ־כּנען, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון הונגער. יוסף האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן באַאַמטן און געפּרוּווט צו צווינגען די ברידער צו ברענגען בנימינען אויך קיין מצרים. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן יהודה, וועלכער איז צוגעקומען צו יוספֿן, פֿאַרטיידיקנדיק בנימין, און געבעטן צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף.

ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער אויסגעזאָגט די ברידער, ווער ער איז. די ברידער האָבן זיך דערפֿרייט, און יעקבֿ מיט זײַן משפּחה איז אָנגעקומען קיין מצרים. אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט יוספֿס אויפֿפֿירונג ווי אַ פּשוטער נקמה־אַקט. ווי באַלד יהודה האָט פֿאַרקויפֿט יוספֿן אין דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, האָט יוסף געצוווּנגען יהודה מסכּים צו ווערן זײַן קנעכט.

די קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז ווי באַלד יוסף האָט אַמאָל דערזען אין אַ חלום, ווי זײַן משפּחה בוקט זיך צו אים ווי שקלאַפֿן, האָט ער געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז די חלומות ווערן פֿאַרווירקלעכט. נישט צוליב זײַן פּערזענלעכער נקמה, נאָר צוליב דער פֿאַטאַליסטישער אמונה האָט ער אַליין מקיים געווען זײַן יוגנטלעכע נבֿואה.

דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „מי השלוח‟, אַז יהודה איז אויך געווען אַ פֿאַטאַליסט, הגם זײַן פֿאַטאַליזם האָט אים געבראַכט צו גאָר אַנדערע באַשלוסן. ווען ער האָט פּלוצעם דערפֿילט אַ שטאַרקן חשק צו תּמר, וועלכע האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה, האָט ער באַשלאָסן, אַז זײַנע געפֿילן מוזן שטאַמען פֿון אַ געטלעכן קוואַל. אין פֿאַרגלײַך מיט יוספֿן, האָט ער אָבער נישט עקספּלואַטירט תּמר; מיר ווייסן דאָך, אַז זי אַליין האָט געוואָלט האָבן קינדער מיט יהודהן. להיפּוך, האָט יוסף געשפּילט אַ ראָלע פֿון אַן אמתן פֿאַרשקלאַפֿער.

פֿון דער צווייטער זײַט, האָט יהודה געשפּילט פּונקט די זעלבע ראָלע, ווען ער האָט געעצהט זײַנע ברידער רחמנות צו האָבן אויף זײַן ברודער און אַנשטאָט דערהרגענען אים — צו פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף קיין מצרים. אַנשטאָט חלומות, האָט יהודה זיך פֿאַרלאָזט אויף זײַן נבֿיאיִשער אינטויִציע.

די קלאַסישע חסידישע דענקער דערקלערן, אַז ווען יהודה האָט זיך דערנענטערט — „ויגש‟ — צו זײַן פֿאַרשטעלטן ברודער יוסף, האָבן זיי ביידע פֿאַרשטאַנען, אַז הגם זיי האָבן אָפּגעטאָן מעשׂים, וואָס פֿאַר אַ דרויסנדיקן מענטש זעען זיי אויס ווי שׂינאה, קינאה, נקמה און אַכזריות, האָט די געטלעכע השגחה זיי ביידן געבראַכט, דורך אומגעוויינטלעכע דרכים, קיין מצרים.

ווען יוסף האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן חלום איז מקוים געוואָרן, האָט ער זיך צעוויינט. ווען בנימין איז אָנגעקומען קיין מצרים און האָט דערקענט זײַן עלטערן ברודער, וועלכן ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ טויטן, האָבן זיי ביידע זיך ווידער צעוויינט. רש״י איז מסביר, אַז יוסף האָט דעמאָלט משׂיג געווען, אַז אויפֿן שטח פֿון שבֿט־בנימין וועט צוויי מאָל אויפֿגעשטעלט און חרובֿ ווערן דער בית־המיקדש. ווען יעקבֿ אָבֿינו איז אָנגעקומען קיין מצרים, האָט יוסף ווידער אָנגעהויבן וויינען. די חז״ל דערקלערן, אַז יעקבֿ האָט נישט געוויינט, ווײַל אין יענעם מאָמענט האָט ער געזאָגט קריאת־שמע מיט גרויס כּוונה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.