מאַראָקאַנער קיניג הייסט צוריקברענגען נאָמען פֿון ייִדישן קוואַרטאַל

Moroccan King Orders Reviving Name of Jewish Quarter

אַ מאַרקפּלאַץ אין מאַראַקעש, מאַראָקאָ
Wikimedia Commons
אַ מאַרקפּלאַץ אין מאַראַקעש, מאַראָקאָ

פֿון ייִט״אַ

Published January 06, 2017, issue of January 27, 2017.

דער אַמאָליקער ייִדישער קוואַרטאַל אין מאַראַקעש וועט ווידער באַקומען איר ייִדישן נאָמען, האָט דער מאַראָקאַנער קיניג מאָהאַמעד דער זעקסטער באַפֿוילן דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק.

די געגנט, וואָס הייסט הײַנט עסאַלאַם וועט צוריקבאַקומען דעם נאָמען על מעלאַך, און מע וועט אויך צוריקברענגען די ייִדישע נעמען פֿון די גאַסן און הויפּטפּלעצער פֿון שטעטל. דער אַמאָליקער ייִדישער קוואַרטאַל איז אַרומגערינגלט מיט אַ הויכן מויער.

דער קיניג האָט געמאַכט דעם באַפֿעל נאָך דעם ווי דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה האָט עס פֿאַרלאַנגט, גיט איבער די מאַראָקאַנער מלוכישע פּרעסע־אַגענטור.

דער מאַראָקאַנער אינלאַנד־מיניסטעריום האָט איבערגעגעבן, אַז דער קיניג האָט געמאַכט דעם באַשלוס כּדי „אָפּצוהיטן די אַלטע ציוויליזאַציע פֿונעם קיניגרײַך, ווי אויך די קולטור־ירושה פֿון אַלע גרופּעס וואָס באַטרעפֿן די מאַראָקאַנער געזעלשאַפֿט‟.

דער נאָמען „על מעלאַך‟ איז פֿאַרבונדן מיטן לשון־קודשדיקן וואָרט „מלח‟, וואָס מיינט זאַלץ. דאָס אַראַבישע וואָרט „מעלאַך‟ האָט דעם זעלבן טײַטש.

אין דעצעמבער איז דער קיניג בײַגעווען דעם חנוכּת־הבית פֿון דער עטעדגוי־שיל אין קאַסאַבלאַנקע, וואָס איר רעמאָנט איז צום טייל פֿינאַנצירט געוואָרן פֿון דער רעגירונג, און דעם שכנותדיקן מוזיי „על מעלאַך‟, וואָס דערציילט די ייִדישע געשיכטע פֿון מאַראָקאָ. ביידע בנינים זענען רעסטאַוורירט געוואָרן ווי טייל פֿון אַ רעגירונג־פּראָגראַם צו רעהאַביליטירן די אַלטע שטאָט אין קאַסאַבלאַנקע.

לויט דער מאַראָקאַנער מלוכישער פּרעסע־אַגענטור, האָט די רעגירונג געשאָנקען דער ייִדישער קהילה אַ סובסידיע פֿון $844,000 דורכצופֿירן דעם רעמאָנט.