אַ לבֿנונערין און אַ ייִד מאַכן פֿילמען אין איינעם

A Jew and a Lebanese Making Films Together

לינדאַ סאַפֿײַער און אַדאַם שלעזינגער, אויף אַ ווײַזונג פֿונעם פֿילם אויף דעם לעצטן ניו־יאָרקער קינאָ־פֿעסטיוואַל
Getty Images
לינדאַ סאַפֿײַער און אַדאַם שלעזינגער, אויף אַ ווײַזונג פֿונעם פֿילם אויף דעם לעצטן ניו־יאָרקער קינאָ־פֿעסטיוואַל

פֿון עדי מהלאל

Published January 06, 2017, issue of January 27, 2017.

די ניו־יאָרקער דאָקומענטאַר־פֿילמאָגראַפֿן לינדאַ סאַפֿײַער און אַדאַם שלעזינגער האָבן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוואַנציק יאָר צוזאַמען געאַרבעט איבער צען פּראָיעקטן, און אויב מעגלעך וואָלטן זיי געוואָלט עס טאָן נאָך צוואַנציק יאָר.

די טעג פּראָטעזשירן זיי זייער לעצטן פֿילם, Wendy Whelan: Restless Creature [ווענדי ווילען: אומרויִקע באַשעפֿעניש], וועגן דער וועלט־באַרימטער באַלערינע פֿונעם „ניו־יאָרקער שטאָט־באַלעט‟. דער פֿילם דאַרף אַרויסקומען דעם פֿרילינג.

לעצטנס האָב איך מיט זיי געכאַפּט אַ שמועס. איך בין זיך מודה אַז דאָס וואָס האָט מיך לכתּחילה צוגעצויגן צו זיי — דער פֿאַקט אַז אַדאַם איז אַן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס זײַן באָבע־זיידע שטאַמען פֿון פּוילן און אונגאַרן, און לינדאַ איז אַ לבֿנונער אַמעריקאַנערין פֿון אַ מאַרון־קריסטלעכער משפּחה — איז אין גאַנג פֿונעם שמועס געוואָרן ווייניקער וויכטיק. זיי טענהן כּסדר, אַז ס’איז בײַ זיי קיינמאָל נישט געווען קיין גרויסער ענין.

זיי האָבן זיך געטראָפֿן, אומדירעקט, אַ דאַנק דעם רעזשיסאָר וווּדי אַלען. לינדאַ האָט געאַרבעט מיטן דאָקומענטאַריסט באַרבאַראַ קאָפּעל, וואָס האָט דעמאָלט געהאַלטן בײַם מאַכן אַ פֿילם פֿון וווּדי אַלען און זײַן דזשעז־גרופּע — Wild Man Blues [די בלוז־מוזיק פֿונעם ווילדן מענטש]. אין דער זעלבער צײַט האָט אַדאַם געאַרבעט פֿאַר דזשין דעמעניאָנען, אַלענס פּראָדוצירער. מיט אַנדערע ווערטער, ביידע זענען געווען פֿאַרמיטלערס צווישן צוויי פֿירמעס וואָס האָבן געאַרבעט מיט אַלענען.

שפּעטער האָט לינדאַ געאַרבעט איבער אַלענס פֿילם Deconstructing Harry [דאָס טיף אַנאַליזירן האַרי] פֿון 1997.

לינדאַ דערציילט ווי זי פֿלעגט אַדאַמס אָנקלינגען אַדאַמס ביוראָ און בעטן צו רעדן מיט אים. ווען זיי האָבן זי געפֿרעגט: „ווער זענט איר?‟, האָט זי געענטפֿערט „לינדאַ‟. „וואָסער לינדאַ?‟ האָבן יענע געפֿרעגט. איר ענטפֿער: „זײַן מאַמע!‟ לינדאַ האָט אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז זײַן מאַמע הייסט אויך לינדאַ! אַזוי זענען זיי געוואָרן גוטע פֿרײַנד. אין גיכן האָבן זיי ממשיך געווען זייער צוזאַמענאַרבעט, בלײַבנדיק בײַ זייערע באַזונדערע פֿירמעס.

צו ערשט האָבן זיי געאַרבעט איבער אַ פֿילם וועגן אַ האָקי-מאַנשאַפֿט, און דערנאָך איז אַדאַם געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקער. דער ערשטער פֿילם, וואָס זיי האָבן קאָפּראָדוצירט Smash His Camera [צעשמעטער זײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט], האָט זיך באַשעפֿטיקט מיטן פּאַפּאַראַצי־פֿאָטאָגראַף ראָן גאַלעלאָ. גאַלעלאָ האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דזשאַקי אָנאַסיס און מאַרלען בראַנדאָ (בראַנדאָ האָט אים, ווי באַרימט, געגעבן אַ פּאַטש אין פּנים). נאָך דעם האָבן לינדאַ און אַדאַם לאַנצירט זייער אייגענע פֿירמע.

זיי זאָגן אַז זיי אַרבעטן גוט צוזאַמען, רעספּעקטירן די מיינונגען איינעם פֿונעם אַנדערן, „אַזוי ווי אַ טאַנץ‟, זאָגט זי. אַדאַם גיט צו אַז זיי האָבן סײַ ענלעכע פֿעיִקייטן, סײַ באַזונדערע וועלכע דערגאַנצן איינע די אַנדערע. און הײַנט רעזשיסירן זיי אַ סך מער ווי זיי פּראָדוצירן, וואָס אָט דאָס איז אין תּוך זייער ציל.