די ליטעראַרישע ירושה פֿונעם „פֿאָרװערטס”

The Literary Legacy of the Forverts

עזרא גלינטער
עזרא גלינטער

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 08, 2017, issue of January 27, 2017.

עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן אַז די ייִדישע ליטעראַטור איז געשאַפֿן געװאָרן דורך צײַטונגען. אָנהײבנדיק פֿונעם אָדעסער „קול מבֿשׂר”, װאָס האָט געדרוקט די ערשטע װערק פֿון מענדעלע, יצחק יואל לינעצקין און אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן, און ביזן הײַנטיקן „פֿאָרװערטס”, איז די צײַטונג געװען דער עיקרדיקער מעדיום פֿאַר ליטעראַרישער שאַפֿונג. די צײַטונגען זײַנען געװען די װיכטיקסטע און שטאַרקסטע אינסטיטוציעס אין דער ייִדישער קולטור, און לרובֿ האָבן זײ גענומען ליטעראַטור ערנסט. יעדע צײַטונג האָט געהאַט אַן אײגענע ליטעראַרישע פּאָליטיק, װאָס איז באַשטימט געװאָרן דורך פּראַקטישע טעמים, אידעאָלאָגישע פּרינציפּן װי אױך דורך דעם פּערזענלעכן געשמאַק פֿונעם רעדאַקטאָר.

עד־היום פֿאַרמאָגן מיר ניט קײן געהעריקע פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין אַמעריקע, בעת די ייִדישע ליטעראַטור־געשיכטע נעמט די צײַטונגען ניט איבעריקס ערנסט. דערפֿאַר איז די נײַע אַנטאָלאָגיע „איך האָב פֿאַר אײַך אַ מעשׂה”, אַן אױסקלײַב פֿון ליטעראַרישע װערק, װאָס זײַנען דערשינען אין „פֿאָרװערטס” אין משך פֿון קנאַפּע הונדערט יאָר, אַ װיכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. דאָס בוך, וואָס איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון עזרא גלינטער, באַשטײט פֿון פֿינף טעמאַטישע טײלן און נעמט אַרײַן װערק פֿון 26 מחברים.

אין משך פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר איז דאָס ליטעראַרישע פּנים פֿון „פֿאָרװערטס” באַשטימט געװאָרן דורך דעם רעדאַקטאָר אַב קאַהאַן. זײַן ליטעראַרישער געשמאַק איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אױף די מוסטערן פֿונעם רוסישן און פֿראַנצױזישן קריטישן רעאַליזם פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, אָבער װי אַ געניטער רעדאַקטאָר איז ער געװען געװױר, אַז זײַן אַמעריקאַנער לײענער נײטיקט זיך אױך אין סחורה פֿון אַ פּשוטן מין. קאַהאַן האָט אױך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿרױען האָבן ליב אַן אַנדער מין ליטעראַטור אײדער מענער. די אַנטאָלאָגיע רעפּרעזענטירט פֿאַרשידענע סטיליסטישע און טעמאַטישע מינים ליטעראַטור, װאָס אַנטפּלעקן דעם חילוק צװישן „מאַנצבלישער” און „װײַבערישער” לעקטור. אונטער אײן הילע װערן דאָ געזאַמלט די װערק פֿון די „גדולים”, אַזעלכע װי שלום אַש, דוד בערגעלסאָן, די ברידער זינגער, הערש דוד נאָמבערג, זלמן שניאור, חיים גראַדע, װי אױך פֿון די מחברינס, װאָס עד־היום געהערן צום פֿעמיניסטישן „געטאָ” פֿון דער פֿרױען־ליטעראַטור, אַזעלכע װי יענטע סערדאַצקי, מרים קאַרפּילאָװע, שׂרה האַמער־דזשאַקלין און, מרים ראַסקין.

פֿונעם קינסטלערישן שטאַנדפּונקט, קאָנען די דאָזיקע מחברינס אױסהאַלטן דעם פֿאַרגלײַך מיט די באַרימטע „קלאַסיקער”? פֿאַר קאַהאַן איז דאָס ניט געװען קײן דאגה. אין דער צײַטונג האָט יעדער מין ליטעראַטור געהאַט אַן אָרט אױף אַ באַשטימטער זײַט. דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער לײענער פֿאַרמאָגט ניט אַזאַ מין כּלי, װײַל אינעם בוך זײַנען אַלע מחברים גלײַך. 

װי אַזױ זשע דערקלערט מען דאָס װערט פֿון דער זאַמלונג דעם הײַנטיקן לײענער? אין דער הקדמה באַשרײַבט דאַראַ האָרן, אַ באַקאַנטע אַמעריקאַנער שרײַבערין און פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, דעם „פֿאָרװערטס” װי „דער פּינקס פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום”. און זי דערקלערט׃ “דער דאָזיקער פּינקס עקזיסטירט אין דער צײַטונגס בעלעטריסטיק. און איצט, צום ערשטן מאָל, זײַנען די ענגליש־רעדנדיקע לײענער פֿאַרבעטן אַרײַנצוטרעטן אין דער דאָזיקער װעלט אַרײַן.” אַזױ אַרום האָט די „פֿאָרװערטס”־ליטעראַטור קודם־כּל אַ היסטאָרישן חשיבֿות, װי אַ נײַער מקור פֿאַר בעסער פֿאַרשטײן דעם אײגנאַרטיקן מהות פֿונעם אַמעריקאַנער־ייִדישן עבֿר.

האָרן איז אַװדאי גערעכט, הגם די דאָזיקע אַנטאָלאָגיע איז װײַט ניט די ערשטע זאַמלונג פֿון אַזאַ שניט. די ערשטע איבערזעצונגען פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער בעלעטריסטיק אױף ענגליש זײַנען דערשינען שױן אין די 1920ער יאָרן, און אפֿילו די חשובֿע קעמברידזשער געשיכטע פֿון דער ענגלישער און אַמעריקאַנער ליטעראַטור האָט דעמאָלט אָפּגעגעבן אַ היפּש ביסל אָרט דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. אָבער אַזאַ מין היסטאָרישער צוגאַנג מײַדט אױס די װיכטיקע פֿראַגע פֿונעם קינסטלערישן װערט פֿון דער דאָזיקער בעלעטריסטיק. פֿון אײן זײַט איז דאָס אַן ענין פֿונעם פּערזענלעכן געשמאַק, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָס אַ פּראָדוקט פֿונעם „צײַטגײַסט”, פֿון די עסטעטישע השׂגות פֿון אַ געװיסער תּקופֿה און אַ געװיסער סאָציאַל־קולטורעלער שיכט. 

זינט די 1980ער יאָרן האָט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג געהערשט דער געשמאַק פֿון מאָדערניזם. מען האָט געהאַלטן פֿון פּאָעזיע מער װי פֿון פּראָזע, און אין פּראָזע האָט מען אָפּגעשאַצט עקספּערימענטאַלע װערק פֿאַר יחידי־סגולה. אפֿילו מענדעלע און רבי נחמן האָט מען אַרײַנגעשלעפּט אינעם „מאָדערניסטישן” קאַנאָן. מען איז געװען אױסן צו דערװײַזן דער װעלט, אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז אַלץ געװען „װי בײַ די לײַט”, דהײַנו, אין דער מאָדערנער אַמעריקאַנער און אײראָפּעיִשער ליטעראַטור. אָבער אַזאַ מין צוגאַנג האָט פֿאַרזען אַ גרעסערן טײל פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער שאַפֿונג, װאָס האָט זיך ניט געלאָזט מעסטן מיט אַ מאָדערניסטישער װירע. די דאָזיקע ליטעראַטור, האַלט מען, איז מער אינטערעסאַנט פֿון אַ היסטאָרישן שטאַנדפּונקט, פֿונעם קוקװינקל פֿונעם „דזשענדער” אָדער אַן אַנדער מין טעאָריע, אײדער װי קונסט. 

דער עסטעטישער אַספּעקט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע פֿאַרבלײַבט ניט־דערפֿאָרשט. מיט װאָס האָט דער אָדער יענער מחבר אָדער מחברין אױסגענומען בײַם לײענער און בײַם רעדאַקטאָר? װאָס איז דאָ אין אַ ליטעראַרישן װערק, װאָס לאָזט אונדז בעסער צו דערפֿילן די עסטעטישע השׂגות פֿון יענער צײַט? און, דער עיקר, װאָס זײַנען די מעלות פֿון ליטעראַרישע װערק פֿאַר אונדז הײַנט? אין דעם זין איז די שאַפֿונג פֿון פֿרױען ספּעציעל אינטערעסאַנט. לרובֿ זײַנען זײ ניט געװען קײן באַװוּסטזיניקע מאָדערניסטן, אָבער אין אַ געװיסן זין זײַנען זײ געװען מער מאָדערן אײדער די מענער. און דװקא די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע האָט געעפֿנט נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר געבילדעטע און אָנגעלײענטע אימיגראַנטקעס. זײ האָבן געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע ליטעראַרישע עסטעטיק, װאָס װאַרט נאָך אױף אַ געהעריקער פֿאָרשונג.