ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 09, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די קעמפּערס אינעם זומער־לאַגער „סקיף־קעמפּ מעלבורן‟

נאָך חנוכּה האָבן ייִדן איבער גאָר דער װעלט אַ ביסעלע צײַט צו כאַפּן דעם אָטעם אײדער עס יאָגט זיך אונטער ט״ו בשבֿט. װי איר װײסט שױן מסתּמא, פֿאַלט זומער אױס אין אױסטראַליע צװישן דעצעמבער און פֿעברואַר. ס׳רובֿ געשעפֿטן אין לאַנד פֿאַרמאַכן זיך אױף צװײ װאָכן די לעצטע װאָך דעצעמבער און די ערשטע װאָך יאַנואַר, בעת אַלע אַנדערע געשעפֿטן פֿירן אײַן גרױסע אױספֿאַרקױפֿן אין דער צײַט און זעלטן װען זעט מען אַ מענטשן אױף דער גאַס. דאָס איז גוט, װײַל די טעמפּעראַטור שטײַגט אין דער צײַט פֿון יאָר, אַ מאָל אַריבער 100 גראַד פֿאַרענהײַט. געבענטשט זאָל זײַן דער װאָס האָט אַנטדעקט די לופֿט־קילערס!

יאָ, עס דאַכט זיך אַז כּמעט אַלע אױסטראַלישע ייִדן פֿאָרן איצט אַװעק אױף װאַקאַציע. די אױסטראַלישע יִידישע װאָכנשריפֿט פֿאַרמאַכט זיך אױף די צװײ װאָכן. אַפֿילו די קאָנצעלאַריעס פֿון אַלע ייִדישע טאָגשולן אין מעלבורן פֿאַרמאַכן זיך אויך. די פֿיל ייִדישע יוגט־גרופּעס אין דער שטאָט מעלבורן, פֿרײַע און פֿרומע, לינק־געשטימטע און רעכט־געשטימטע, ייִדישיסטישע און העברעאיסטישע, פֿאָרן אַרױס אױפֿן לאַנד אױף קורצע זומער־לאַגערן. עס איז שטיל אין שטאָט.

אָבער באַהאַלטענערהײט, זיצן יחידים, משפּחות און קאָמיטעטן און מע פּלאַנירט קולטור־אַקטיװיטעטן אױפֿן נײַעם יאָר. אױב מע זיצט נישט פּנים־על־פּנים, רעדט מען טעלעפֿאָניש אָדער עלעקטראָניש. ייִדן פּלאַנירן קלאַסן, כאָרן, טאַנץ־גרופּעס, קולטורעלע סוף־װאָכן אױסער דער שטאָט, פֿילם־פֿעסטיװאַלן, קאָנצערטן, אױסשטעלונגען, פֿאָרשטעלונגען, רעפֿעראַטן, גלאַט אַזױ פֿאַרװײַלונגען, ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן, קולטור־ירידן, פּראָטעסט־פֿאַרזאַמלונגען און נאָך אױפֿן יאָר 2017. אַ טײל פֿון די אונטערנעמונגען פּלאַנירט מען בשותּפֿות מיט אַנדערע אָרגאָניזאַציעס — ייִדישע און נישט־ייִדישע — און אַ טײל פּלאַנירט מען אָן שותּפֿים, אָדער בלױז פֿאַר אײגענע מיטגלידער, אָדער פֿאַרן ברייטן עולם.

אַזױ װי די ייִדישע װאָכנשריפֿט עפֿנט זיך װידער די ערשט די צװײטע װאָך יאַנואַר, װאָלט מען געקענט מײנען אַז אַלע פּלענער זײַנען אין דער צײַט פֿון יאָר באַקאַנט נאָר אײנצלנע יחידים. אַ נעכטיקער טאָג! אַמאָליקע צײַטן איז טאַקע געװען אַזױ, נאָר הײַנט צו טאָג איז מען דאָך געבענטשט מיט דער עלעקטראָנישער מעדיע, און אַזױ װי אױסטראַליע איז חלילה נישט הינטערשטעליק, קען יעדער ייִד װאָס פֿאַרמאָגט נאָר אַ קאָמפּיוטער אָדער אַן עלעקטראָנישן טעלעפֿאָן הערן רמזים װעגן דעם װאָס ייִדן גרײטן צו צום נײַעם קולטור־סעזאָן. מע הײסט רעזערװירן געװיסע דאַטעס — כאָטש מע זאָגט דערװײַל נישט פֿאַר װאָס. מע פֿרעגט װער עס קען לײַען געװיסע נײטיקײטן — כאָטש מע זאָגט נאָך נישט אױס פֿאַר װאָס. מע בעט דעם אומשולדיקן מעלבורנער ייִד צו טרעפֿן װאָס מע גרײט צו אױפֿן יאָר 2017 — נאָר מע זאָגט אים נאָך נישט צי ער איז גערעכט אָדער נישט. זיצט מען און מע טרעפֿט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.