פֿידלער יצחק פּערלמאַן שענקט „ייִדישן ביכער־צענטער‟ $50,000

Violinist Itzhak Perlman Donates $50,000 to Yiddish Book Center

יצחק פּערלמאַן בײַם קבלת־פּנים פֿאַרן “בראשית־פּריז” אין יוני 2016.  פּערלמאַן האָט געשאָנקען אַ טייל פֿון די געלטער וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם “בראשית־פּריז” דעם “ייִדישן ביכער־צענטער”
Getty Images
יצחק פּערלמאַן בײַם קבלת־פּנים פֿאַרן “בראשית־פּריז” אין יוני 2016. פּערלמאַן האָט געשאָנקען אַ טייל פֿון די געלטער וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם “בראשית־פּריז” דעם “ייִדישן ביכער־צענטער”

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 12, 2017, issue of January 27, 2017.

די לעצטע צוויי יאָר זענען דווקא געווען גוטע פֿאַרן „ייִדישן ביכער־צענטער‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער האָט דער לערן־אַנשטאַלט און אַרכיוו אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס מודיע געווען, אַז ער האָט באַקומען אַ באַשטײַער פֿון פֿינף מיליאָן דאָלאַר ווי אַ טייל פֿון אַן אָנגייענדיקער קאַמפּאַניע צו שאַפֿן אַן עולמות־פֿאָנד פֿון 50 מיליאָן דאָלאַר. מע גיט איבער, אַז אָט דער „ירושה־קאַמפּאַניע‟ האָט שוין געשאַפֿן מער ווי 25ִִ$ מיליאָן דאָלאַר אין ווייניקער ווי צוויי יאָר.

דאָס נײַע יאָר האָט זיך אויך אָנגעהויבן צום גוטן פֿאַרן „ייִדישן ביכער־צענטער‟: די אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס מודיע געווען, אַז דער באַקאַנטער פֿידלער יצחק פּערלמאַן האָט געשאָנקען דעם צענטער 50,000$, כּדי אונטערצושטיצן זײַן פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אינטערוויוען און זײַן זומער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך. פּערלמאַן, וואָס רעדט ייִדיש פֿון דער היים האָט פֿאַראַיאָרן באַקומען דעם „בראשית־פּריז‟, וואָס טראָגט מיט זיך דעם ציל צו אינספּירירן יונגע ייִדן זיך צו פֿילן נעענטער צום ייִדישן פֿאָלק. פּערלמאַן האָט באַשלאָסן אַוועקצוגעבן אַלע געלטער פֿונעם מיליאָן־דאָלאַרדיקן פּריז צו אַ ריי אָרגאַניזאַציעס וואָס זענען אים נאָענט צום האַרצן.

אַחוץ זײַן באַשטײַער צום „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט ער געשאָנקען געלט פֿונעם פּריז אַ ריי אָרגאַניזאַציעס, וואָס שטיצן אונטער דעם וווילזײַן פֿון אינוואַלידן, זיי זאָלן קענען אָנטיילנעמען אין מער אַספּעקטן פֿון דער געזעלשאַפֿט. פּערלמאַן נוצט אַליין קוליעס און אַ גייערל צוליב דעם וואָס ער האָט געליטן פֿון פּאָליאָ ווי אַ קינד אין ישׂראל.

„יצחק פּערלמאַן איז שוין לאַנגע יאָרן אַ חבֿר פֿונעם ׳ייִדישן ביכער־צענטער׳,‟ האָט דערקלערט אַהרן לאַנסקי, דער אָרגאַניזאַציעס גרינדער און פּרעזידענט. „ווען מיר האָבן אויפֿגעבויט אונדזער ערשטן בנין אין 1997 האָט ער געדינט ווי דער ערן־פֿאָרזיצער פֿון אונדזער קאַמפּאַניע צו שאַפֿן געלט. דורך זײַן איצטיקער מתּנה, העלפֿט ער צו ברענגען ייִדיש־קלאַסן צו סטודענטן בײַם צענטער, און צום ברייטן עולם בכלל.‟