מרים גאָלדבערג, רעדאַקטאָרין פֿון חשובֿער קאָלאָראַדאָ־צײַטונג, איז ניפֿטר

Miriam Goldberg, Editor of Intermountain Jewish News, Has Died

מרים גאָלדבערג ז׳׳ל
מרים גאָלדבערג ז׳׳ל

פֿון ייִט״אַ

Published January 12, 2017, issue of January 27, 2017.

עס איז אַוועק אין דער אייביקייט מרים האַריס גאָלדבערג ז׳׳ל, וואָס האָט רעדאַקטירט די צײַטונג Intermountain Jewish News זינט 1972.

גאָלדבערג, איינע פֿון די ערשטע פֿרויען צו ווערן אַרײַנגענומען אין דער כּבֿוד־גאַלעריע פֿון קאָלאָראַדער פֿרויען, האָט מען אָפֿט באַלוינט סײַ אין דער ייִדישער קהילה, סײַ אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, פֿאַר איר אַרבעט בראָש פֿון דער וועכטנלעכער צײַטונג. זי איז געווען 100 יאָר אַלט.

די צײַטונג איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1913, און גאָלדבערגס מאַן האָט דאָרט געאַרבעט, זינט 1943, ווי דער פֿאַרלעגער. מרים גאָלדבערג האָט אַליין אָנגעהויבן אַרבעטן פֿאַר דער צײַטונג אין 1966, און נאָך איר מאַנס פּטירה אין 1972 האָט זי איבערגענומען די לייצעס.

לויט אַ נעקראָלאָג אין דער Intermountain Jewish News האָט גאָלדבערג ממשותדיק געהעכערט די צאָל אַבאָנאָמענטן און דעם רווח וואָס די צײַטונג האָט באַקומען פֿון אירע רעקלאַמעס. זי האָט אויך פֿאַרברייטערט דעם פֿאַרנעם פֿון דער צײַטונג אויף אַ ריי אופֿנים, אַרײַנגערעכנט דאָס שאַפֿן נײַע רובריקן און אָנשטעלן קאָרעספּאָנדענטן אין וואַשינגטאָן און ישׂראל. אַחוץ איר ווערן אַרײַנגענומען אין דער כּבֿוד־גאַלעריע פֿאַר קאָלאָראַדער־פֿרויען האָט זי אויך באַערט די „אַסאָציאַציע פֿון קאָלאָראַדער זשורנאַליסטקעס‟ און די „נאַציאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון זשורנאַליסטקעס‟. בעת איר קאַדענץ האָט די צײַטונג באַקומען אַ הויכע צאָל פּריזן פֿון דער „ייִדישער פּרעסע־אַסאָציאַציע‟.

אַחוץ איר אַרבעט ווי די רעדאַקטאָרשע פֿון Intermountain Jewish News האָט גאָלדבערג געדינט ווי די וויצע־פּרעזידענקע פֿון דער „קאָלאָראַדער פּרעסע־אַסאָציאַציע‟. זי איז געווען אַ לעבנס־לאַנגע מיטגלידין פֿון דער ציוניסטישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע „הדסה‟, ווי אויך פֿונעם נאַציאָנאַלן „ראָט פֿון ייִדישע פֿרויען‟.

בײַ מרים גאָלדבערג איז די צײַטונג געווען אַ שטיקל „משפּחה־געשעפֿט‟. איר זון, הרבֿ הלל גאָלדבערג איז שוין 26 יאָר דער עקזעקוטיוו־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג און איר אייניקל, שיינע גאָלדבערג, איז אַ געהילפֿס־פֿאַרלעגערין.

מרים גאָלדבערג האָט פֿאַראָבֿלט פֿיר קינדער, 16 אייניקלעך און אַ סך אור־אייניקלעך.