ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

די שיל אין האָבאַרט, וואָס געפֿינט זיך אינעם דרומדיקן טײל פֿונעם אינדזל, איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1845
די שיל אין האָבאַרט, וואָס געפֿינט זיך אינעם דרומדיקן טײל פֿונעם אינדזל, איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1845

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 17, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אינעם אינדזל־שטאַט טאַזמאַניע, וווּ עס וווינען הײַנט אַן ערך טױזנט יִידן, האָבן דרײַ ייִנגלעך, במשך פֿון צוויי וואָכן, געפּראַוועט די בר־מיצווה. ס׳איז טאַקע אַ חידוש ווײַל מערסטע ייִדן אין טאַזמאַניע געהערן אַפֿילו נישט צו קײן שיל.

הײַנט צו טאָג טרעפֿן זיך אָרטאָדאָקסישע און רעפֿאָרם־קהילות ביידע אין דער שיל־געבײַדע אין האָבאַרט; אַ צווייטע אָרטאָדאָקסישע טרעפֿט זיך אין דער שיל אין לאָנסעסטאָן’ און אַ חב״ד גרופּע טרעפֿט זיך אין סענדי בײ.

די אײראָפּעישע געשיכטע פֿונעם אױסטראַלישן אינדזל־שטאַט טאַזמאַניע האָט זיך אָנגעהױבן ווען די בריטישע אימפּעריע האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ טורמע־קאָלאָניע דאָרטן אין 1803, כאָטש מע שאַצט אַז די ערשטע אײַנװױנער פֿונעם לאַנד, דאָס אַבאָריגינעלע פֿאָלק, באַװױנט דאָס אינדזל אױפֿן װײַטן דרום פֿון אױסטראַליע שױן 40,000 יאָר. הײַנט צו טאָג װױנען אין טאַזמאַניע אַן ערך טױזנט יִידן, װעלכע האַלטן אױס צװײ שילן.

די ערשטע טאַזמאַנישע דאָקומענטן װעלכע גיבן זיך אָפּ מיט יִידישע יחידים שטאַמען פֿון די 1820ער יאָרן, װען יִידישע געװעזענע געפֿאַנגענע האָבן אָנגעהױבן זיך צו באַפֿרײַען און האָבן באַקומען פֿון דער קאָלאָניאַלער רעגירונג ערד צו באַאַרבעטן. מע האָט געגעבן ערד אױף אַ יִידישן בית־עולם ערשט אין 1828.

צװישן די ערשטע יִידישע געפֿאַנגענע אין טאַזמאַניע זײַנען געװען פֿיל יִידישע גנבֿים פֿון די גרעסערע בריטישע שטעט. מערסטע זײַנען געװען „גנבֿימלעך” װעלכע האָבן נאָר געגנבֿעט די נײטיקײטן צו לעבן, אָבער אַנדערע זײַנען געװען אַזעלכע װי אײַקי סאָלאָמאָן, װאָס מע מײנט אַז דער ראָמאַניסט טשאַרלז דיקענס האָט באַזירט אױף אים דעם טיפּ „פֿײגען” אינעם ראָמאַן „אָליװער טװיסט”.

מע שאַצט אַז די יִידישע קהילה האָט אָנגעהױבן זיך צו אָרגאָניזירן אַרום דעם יאָר 1830. במשך פֿון די קומענדיקע 16 יאָר האָבן לאָקאַלע יִידן, מערסטע פֿון זײ פֿאַרמערס, אױפֿגעבױט שילן סײַ אין דער שטאָט האָבאַרט אינעם דרומדיקן טײל פֿונעם אינדזל (1845) און סײַ אין דער שטאָט לאָנסעסטאָן אינעם צפֿונדיקן טײל פֿונעם אינדזל (1846).

אין 1837 זאָגט מען אַז 132 יִידן האָבן געװױנט אין טאַזמאַניע — 124 פֿרײַע און 8 געפֿאַנגענע. אין 1854 זײַנען שוין געװען 435 יִידישע תּושבֿים אין טאַזמאַניע — 259 פֿרײַע און 96 געפֿאַנגענע. אָנהײבנדיק אין 1847 איז אָנגענומען געװאָרן פֿון דער רעגירונג אַז געפֿאַנגענע יִידן אין די שטעט האָבאַרט און לאָנסעסטאָן דאַרפֿן נישט אַרבעטן שבת און מעגן גײן אין שיל אַרײַן, כאָטש געפֿאַנגענע האָבן נישט געמעגט האָבן קײן עליות.

דער ערשטער יִידישער הילפֿס־פֿאָנד אין טאַזמאַניע איז פֿאַרלייגט געװאָרן אין 1847 בכדי אַרױסצוהעלפֿן נױטװענדיקע יִידן, און דער ערשטער בית־דין איז געגרינדעט געװאָרן אין 1911, כאָטש עס האָבן דעמאָלט געוווינט דאָרט בלויז 100 ייִדן.