נײַע אויסשטעלונג וועגן היסטאָרישער „סטראַשון־ביבליאָטעק‟

New Exhibit on Vilna's Historical Strashun Library


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 17, 2017, issue of January 27, 2017.

זונטיק, דעם 22סטן יאַנואַר, וועט זיך אינעם ייִוואָ אין מאַנהעטן עפֿענען אַן אויסשטעלונג, וואָס נעמט אַרײַן די זעלטענע ביכער און כּתבֿ־ידן וואָס מע האָט געראַטעוועט פֿון דער אָנגעזעענער „סטראַשון־ביביליאָטעק‟ אין ווילנע נאָך דעם ווי די נאַציס האָבן צעשטערט דעם בנין אין 1941.

כּדי אָפּצומערקן דאָס געשעעניש וועלן אַ ריי היסטאָריקער און עקספּערטן אָפּהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן די געזאַמלטע אוצרות.

די ביבליאָטעק, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן מסכּיל מתּתיהו סטראַשון (1817־1885), איז געווען צווישן די וויכטיקסטע ייִדישע ביבליאָטעקן אין מיזרח־אייראָפּע במשך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. סטראַשונס זאַמלונג האָט אַרײַנגענומען 5,700 זעלטענע כּתבֿ־ידן אויף לשון־קודש און ייִדיש.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דאָס אַמעריקאַנער מיליטער געפֿונען די באַהאַלטענע מאַטעריאַלן אין אַ באַן־סטאַנציע, און האָט געשיקט די זאַמלונג אין ייִוואָ, אין ניו־יאָרק.

כּדי צו געבן דעם ברייטן עולם אַ טעם פֿון דער דראַמאַטישער געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק, וועט מען זונטיק נאָך מיטאָג אויך הערן לעקציעס פֿון בראַד סייבין היל, דוד פֿישמאַן, משה־זכריה בעקער, דזשעפֿרי ווײַדלינגער און פֿרידע שאָר. זיי וועלן רעדן וועגן דער היסטאָרישער וויכטיקייט פֿון מתּתיהו סטראַשונס פּריוואַטער ביבליאָטעק; ווי אַזוי זי האָט געדינט ווי אַ פֿאָלקסביבליאָטעק פֿאַר ייִדן; וועגן דער פֿאָלקסקולטור אין דער רוסישער אימפּעריע; וועגן דער געשיכטע ווי אַזוי די אָ ביכער און דאָקומענטן זענען דווקא נישט צעשטערט געוואָרן, און ווי אַזוי מע האָט די מאַטעריאַלן, סוף־כּל־סוך, אַריבערגעבראַכט איבערן ים — אין ייִוואָ.

ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ און ראָבערטאַ ניומאַן, צוויי פֿאָרשטייער פֿון ייִוואָ, און לאַראַ לעמפּערט פֿון דער „נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ליטע‟, וועלן דערקלערן ווי אַזוי מע באַמיט זיך איצט צו קאַטאַלאָגירן און דיגיטאַליזירן אַלע איבערגעבליבענע חפֿצים, כּדי צו דערמעגלעכן, אַז ווער עס וויל זאָל קענען ניצן די אויפֿגעלעבטע סטראַשון־ביבליאָטעק אויף לאַנגע יאָרן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.