נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש זוכט פּראָיעקטן אונטערצושטיצן

National Yiddish Authority Seeks Projects to Fund

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 17, 2017, issue of January 27, 2017.

בנימין הוניאַדי באַקומט זײַן סטיפּענדיע פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין בײַ דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, יהודית סולל, 2015
בנימין הוניאַדי באַקומט זײַן סטיפּענדיע פֿון דער גענעראַל־דירעקטאָרין בײַ דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, יהודית סולל, 2015

נאָך יאָרן פֿון שוועריקייטן צוליב אינערלעכע קריגערײַען און פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, איז די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש אין ישׂראל‟ נאָך אַ מאָל אַן אָנפֿירנדיקער פֿאַקטאָר אין דער ייִדיש־וועלט אין ישׂראל.

אין די לעצטע דרײַ יאָר האָט די אינסטאַנץ, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון איר פֿאָרזיצערין ד׳׳ר שׂרה זיו, איר גענעראַל־דירעקטאָרין יהודית סולל, און מיט די עצות פֿון צענדליקער אָנפֿירנדיקע ייִדישיסטן, אויפֿגעשטעלט אַ פּרטימדיקע וועבזײַט אויף ייִדיש, אָרגאַניזירט צענדליקער גרויסע אַקטיוויטעטן איבערן לאַנד און אַרויסגעגעבן אַ נײַע סעריע ביכער אויף ייִדיש. די וויכטיקסטע ראָלע פֿון דער אינסטאַנץ איז אָבער ניט אַליין אָנצופֿירן מיט אַקטיוויטעטן, נאָר אויסצוטיילן די געלטער, וואָס עס גיט די ישׂראלדיקע רעגירונג לטובֿת פּראָיעקטן וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש. אַזוי אַרום האָט די אינסטאַנץ אונטערגעשטיצט ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַמען, אַ ריי קאָמפּאַקטלעך פֿון ייִדישע לידער, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרש־אַרבעטן געווידמעט ייִדיש, דאָס שאַפֿן פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן וועגן ייִדיש פֿאַר קינדער און ענלעכע איניציאַטיוון. בסך־הכּל האָט די אינסטאַנץ במשך פֿון 2014־2016 געשטיצט אַרום 60 באַזונדערע פּראָיעקטן.

לעצטנס האָט די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟ געמאָלדן אויף איר וועבזײַט, אַז מע זוכט אַקאַדעמישע פּראָיעקטן אונטערצושטיצן במשך פֿון 2017. מע וועט צעטיילן סטיפּענדיעס פֿאַר ביז־גראַדויִר־סטודענטן אין זייער צווייטן אָדער דריטן לערניאָר, ווי אויך גראַדויִר־סטודענטן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט שטודיעס און פֿאָרשונגען געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, קולטור, געשיכטע אָדער קונסט. די סטיפּענדיעס, פֿון 8,000 ביז 10,000 שקלים, וועלן צוגעטיילט ווערן די פֿאָרשונגען, וועלכע „שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן בײַטראָג אינעם ענין פֿון אָפּהיטן און אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור.‟ דערפֿאַר וועט די אינסטאַנץ אָפּגעבן די בכורה די פֿאָרש־אַרבעטן, וואָס ווערן אָנגעשריבן אויף ייִדיש (כאָטש מע מעג זיי אויך אָנשרײַבן אויף העברעיִש אָדער ענגליש).

כּדי אָנצוגעבן אויף אַ פֿאָרש־סטיפּענדיע מוז די ווענדונג אַנטהאַלטן אַן אַקאַדעמישע רעזומע באַנאַנד מיט אַן אויטאָביאָגראַפֿיע, אַ טראַנסקריפּט פֿון אַ לערן־אַנשטאַלט מיט די צייכנס, אַ באַשרײַבונג פֿון דער פֿאָרשטעמע, אַ קורצע באַשרײַבונג (ביז 700 ווערטער) וואָס גיט איבער פֿאַר וואָס דער פּראָיעקט איז רעלעוואַנט פֿאַר דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור, און אַ רעקאָמענדאַציע־בריוו. די אַפּליקאַציע מוז מען אָנשרײַבן אויף העברעיִש.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //yiddish-rashutleumit.co.il/yi/%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%A6%D7%A2,-%D7%A1%D7%98%D7%99%EF%AD%84%D7%A2%D7%A0%D7%93%D7%99%D7%A2%D7%A1,-%EF%AD%84%D7%A8%EF%AC%9F%D7%96%D7%9F/%D7%A1%D7%98%D7%99%EF%AD%84%D7%A2%D7%A0%D7%93%D7%99%D7%A2%D7%A1 אָדער שרײַבט yiddish@yidreshut.co.il.