ספֿרדישער אַרכיוו אין קאַליפֿאָרניע קויפֿט אוניקאַלע זאַמלונג

Sephardic Archive in California Buys Unique Collection

אַ סימבאָלישער שליסל פֿונעם חינוך פֿון דער שיל „טעמפּל תּפֿארת־ישׂראל‟ וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1932. דער שליסל איז אַ טייל פֿון אַן אַרכיוואַלער זאַמלונג, וואָס עס האָט לעצטנס געקויפֿט די קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס.
Courtesy of UCLA
אַ סימבאָלישער שליסל פֿונעם חינוך פֿון דער שיל „טעמפּל תּפֿארת־ישׂראל‟ וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1932. דער שליסל איז אַ טייל פֿון אַן אַרכיוואַלער זאַמלונג, וואָס עס האָט לעצטנס געקויפֿט די קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס.

פֿון דזשאָסעפֿין דאָלסטען (ייִט׳׳אַ)

Published January 19, 2017, issue of January 27, 2017.

פֿאַראַיאָרן האָט דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס לאַנצירט אַ נײַעם אַרכיוו מיט אַן אַמביציעזן ציל — צו ווערן „איינער פֿון די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿונעם ספֿרדישן לעבן‟.

לעצטנס האָט דער ספֿרדישער אַרכיוו בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס צום ערשטן מאָל געקויפֿט אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון אַן אַנדער אָרגאַניזאַציע. אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, האָט דער אַרכיוו איבערגעגעבן, אַז עס האַנדלט זיך וועגן „איינע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע זאַמלונגען וואָס מע האָט אַמאָל געשאַפֿן‟ געווידמעט דער געשיכטע פֿון די ספֿרדים אין לאָס־אַנדזשעלעס.

די מאַטעריאַלן, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון דער לאָס־אַנדזשעלעסער ספֿרדישער שיל „טעמפּל תּפֿארת־ישׂראל‟, גיבן איבער די געשיכטע פֿון די ייִדן פֿונעם מיטלען־מיזרח, צפֿון־אַפֿריקע און די לענדער לעבן דעם מיטלענדישן ים וואָס זענען אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געקומען קיין קאַליפֿאָרניע. די חפֿצים ווײַזן אויך ווי אַזוי די ספֿרדישע קולטור אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט זיך געפֿורעמט און ווי אַזוי די ספֿרדישע ייִדן האָבן באַײַנפֿלוסט די ייִדישע קולטור פֿון דער שטאָט.

רעכטס: אַ געבורטס־צערטיפֿיקאַט פֿונעם אָסמאַנישער אימפּעריע (19טן יאָרהונדערט), לינקס: אַ דאָקומענט וואָס ווײַזט, אַז דאָס ירושלימער רבנות אָנערקענט די ספֿרדישע קהילה פֿון לאָס־אַנדזשעלעס (1912).
Courtesy of UCLA
רעכטס: אַ געבורטס־צערטיפֿיקאַט פֿונעם אָסמאַנישער אימפּעריע (19טן יאָרהונדערט), לינקס: אַ דאָקומענט וואָס ווײַזט, אַז דאָס ירושלימער רבנות אָנערקענט די ספֿרדישע קהילה פֿון לאָס־אַנדזשעלעס (1912).

צווישן די מאַטעריאַלן געפֿינט מען פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן, פֿילמען, קלאַנג־רעקאָרדירונגען און זעלטענע ביכער פֿונעם מיט־19טן יאָרהונדערט ביזן סוף 20סטן יאָרהונדערט. אַ סך פֿון די דאָקומענטן, בריוו און ביכער זענען אויף דזשודעזמאָ.

לכתּחילה וועט דער אַרכיוו זיך פֿאָקוסירן אויף דער אָרטיקער דזשודעזמאָ־רעדנדיקער קהילה, וואָס שטאַמט פֿון טערקײַ און די באַלקאַנישע לענדער. שפּעטער וועט מען פֿאַרברייטערן די גאַמע פֿונעם אַרכיוו, ער זאָל אויך אַרײַננעמען מאַטעריאַלן וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט די ייִדן פֿון צפֿון־אַפֿריקע, איראַן און אַנדערע לענדער אינעם מיטלען־מיזרח.

שׂרה אַברעווײַיאַ שטיין, די דירעקטאָרשע פֿונעם אַרכיוו, האָט באַטאָנט די וויכטיקייט פֿונעם זאַמלען וואָס גיכער די מאַטעריאַלן אין דער קאָלעקציע, ווײַל „(די מאַטעריאַלן) קענען געפֿינען זיך אין אַ ניט־זיכערן אָרט ווי אַ גאַראַדזש אָדער אַן אַנדער פּלאַץ וואָס איז אומפּאַסיק פֿאַרן פּרעזערווירן זיי און ס׳איז דאָ אַ ריזיקע דערפֿאַר, אַז מע וועט זיי פֿאַרלירן אויף אייביק. ס׳איז גאָר שטאַרק וויכטיק, מע זאָל זיי אײַנזאַמלען, פּרעזערווירן און געבן פֿאָרשער און קהילה־מיטגלידער אַ צוטריט צו זיי‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.