ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 23, 2017, issue of January 27, 2017.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ראָען דין, דער רעדאַקטאָר פֿונעם אױסטראַלישן זשורנאַל „ספּעקטײטאָר”, אַ קרובֿ פֿונעם װײַט רעכט געשטימטן בריטישן זשורנאַל „ספּעקטײטאָר”, האָט אַרױסגעגעבן דעם נומער פֿונעם 7טן יאַנואַר מיט אַ הילע װאָס האָט אַרױסגערופֿן אַנגסט צװישן אױסטראַלישע יִידן.

די הילע האָט געװיזן אַ מאַן אינעם מונדיר פֿון אַ קאַצעטלער און מיט די נומערן 2334, דעם נאָמען פֿון דער רעזאָלוציע פֿונעם זיכערהײטס־ראַט פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער לעצטנס װאָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט מדינת־ישׂראל. דאָס אַלץ איז דערשינען אונטער די ענגלישע װערטער „אָבאַמאַס ירושה”. פֿיל אױסטראַלישע יחידים און אָרגאָניזאַציעס, צװישן זײ מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן קריטיקירט די הילע, זאָגנדיק, אַז דאָס באַנוצן זיך מיט אַזעלכע אימאַזשן „פֿאַרקלענערט דעם אָנדענק פֿון די דערמאָרדעטע מיליאָנען און פֿאַרקלענערט דעם ניװאָ פֿון דער הײַנט־צײַטיקער דעבאַטע”, װי עס האָט געזאָגט דער דירעקטאָר פֿונעם סידנעיער יִידישן מוזעום, נאָרמאַן סעליגמאַן.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַנטי־דעפֿימאַציע ליגע בײַם בני־ברית, ד״ר דבֿיר אַבראַמאָװיטש, װײַט נישט קײן אונטערשטיצער פֿונעם געוועזענעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט אונטערגעשטראָכן אַז לױט אים, איז „נישט יושרדיק צו פֿאַרגלײַכן אַבאַמאַן מיטן בריטישן פּרעמיער מיניסטער נעװיל טשײמבערלין אָדער צו זאָגן אַז זײַנע באַשלוסן װעלן פֿירן צו אַ צװײטן חורבן”. אָלגאַ האָרעג, אַ יִידישע פֿרױ װאָס האָט איבערגעלעבט פֿינף קאָנצענטראַציע־לאַגערן און דעם טױטן־מאַרש קײן בערגען־בעלזען, האָט פּשוט באַמערקט אַז „מע פֿאַרשטײט נישט אױף װיפֿל אַזעלכע אימאַזשן און זכרונות באַװירקן אונדז נאָך אַלץ. דער חורבן שטײט אַלײן און דאַרף נישט װערן פֿאַרגליכן צו קײן אַנדערער סיטואַציע”.

צו דער הילע, האָט דין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לײט־אַרטיקל אונטערן נאָמען „דאָס רשעות פֿון 2334”, װוּ דער רעדאַקטאָר שטעלט פֿעסט די מײנונג אַז „װי די אילוסטראַציע אױף אונדזער הילע שטעלט פֿעסט, גלײבן מיר אַז 2334 דאַרף דערמאָנט װערן צװישן אַנדערע אַזױ גערופֿענע ׳לעגאַלע’ פּרוּװן אױסצוראָטן יִידן”. די װאָך האָט דין גערעדט מיט זשורנאַליסטן פֿון דער אױסטראַליש־יִידישער װאָכנשריפֿט Australian Jewish News. ער האָט פֿאַרטײדיקט די הילע, זאָגנדיק, אַז, לױט אים, מעג מען זיך באַנוצן מיט אימאַזשן פֿון יענער תּקופֿה פֿון דער יִידישער געשיכטע „אױב מע טוט דאָס כּדי אױסצומײַדן דאָס שאַפֿן נײַע חורבן־אימאַזשן”. עס איז קלאָר אַז די מערהײט פֿון דער דער יִידישער באַפֿעלקערונג פֿון אױסטראַליע איז נישט מסכּים מיט אים און באַטראַכט די הילע װי „טיף באַלײדיקנדיק” און „אױפֿרעגנדיק”.

אין דער זעלבער צײַט, האָבן פֿאָרשטײערס פֿון אױסטראַליש־יִידישע אָרגאָניזאַציעס אױסגעדריקט פֿאַרשײדנאַרטיקע מײנונגען װעגן דעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דאָנאַלד טראָמפּ. אַ פֿאָרשטײער פֿונעם עקזעקוטיװן ראַט פֿון אױסטראַלישן יִידנטום האָט באַמערקט אַז עס איז פֿאַראַן אַ סך װאָס מע װײסט דערװײַל נישט װעגן די פּריאָריטעטן פֿון דער נײַער טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע. ער האָט פֿאַרסך־הכּלט זײַנע װערטער, זאָגנדיק אַז „מיט דער צײַט װעלן מיר װיסן מער”.

דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע האָט אױך גערעדט װעגן װאַרטן ביז ער דריקט אױס זײַן מײנונג, באַטאָנענדיק אָבער אַז „דאָס װאָס ער (טראָמפּ) האָט דערװײַל צוגעזאָגט מדינת־ישׂראל דערמוטיקן גרױס זיכערהײט”.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.