דערהײַנטיקונג וועגן פּאַריזער ייִדישן טעאַטער־שטיקל פֿון 1967

Update on Clip of Parisian Yiddish Play from 1967

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 26, 2017, issue of January 27, 2017.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/201770/)

מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך ווי אַ טייל פֿון „עונג־שבת‟ אַרויפֿגעשטעלט אַ חנעוודיקן שטיקל־פֿילם, וואָס ווײַזט ווי אַ פּאַריזער טעאַטער־טרופּע שטעלט פֿאָר אַן אויסצוג פֿון שלום־עליכמס אַ פּיעסע אויף ייִדיש. צוליב דעם וואָס איך האָב גאָרניט ניט געוווּסט וועגן דער טרופּע אַקטיאָרן אָדער דעם קאָנטעקסט אין וועלכן זי האָט געשפּילט, האָב איך געבעטן די לייענער צי עמעצער ווייסט ווער עס זענען געווען די אַקטיאָרן.

איך האָב אין גיכן באַקומען דרײַ בליצבריוו. ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער פֿון אינדיאַנער אוניווערסיטעט האָט מיר אויפֿגעקלערט, אַז די סצענע איז ניט קיין אויסצוג פֿון אַן אַדאַפּטאַציע פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟ ווי איך האָב לכתּחילה געמיינט, נאָר דווקא פֿון „דאָס גרויסע געווינס‟.

פּאַטריק פֿישער, אַ לייענער פֿון דײַטשלאַנד, האָט דערקענט זײַן פֿעטער דוד פֿישער ווי איינער פֿון די אַקטיאָרן. פּאַטריק שרײַבט אַז זײַן פֿעטער שפּילט די ראָלע פֿון מאָטל אין דער סצענע אינעם פֿילם. דוד פֿישער האָט געשפּילט אונטער צוויי בינע־נעמען: אַלען פֿישער און ריימאָנד פֿישער. פּאַטריק האָט געוויזן דעם פֿילם זײַן שוועסטער, וואָס האָט באַשטעטיקט אַז דאָס איז זייער פֿעטער. פּאַטריק האָט אויך גערעדט מיט זײַן מומע לאהלע, דוד פֿישערס אלמנה. זי האָט איבערגעגעבן, אַז די טרופּע האָט געהייסן דער „ייִדישער קונסט־טעאַטער‟, באַקאַנט אויף פֿראַנצויזיש ווי YKUT. אַחוץ איר און איר מאַן דוד האָט זי דערמאָנט די נעמען פֿון עטלעכע אַקטיאָרן וואָס זענען געווען אַקטיוו אין יענע יאָרן, אַרײַנגערעכנט זשעראַר פֿרידמאַן, לעאָן שפּיגלמאַן, רבֿקה גאָמער און זשעניע פֿײַערמאַן. פּאַטריק האָט געהאַט די השערה, אַז פֿײַערמאַן שפּילט די ראָלע פֿון דער יונגער פֿרוי אין דער סצענע. אַחוץ דער אינפֿאָרמאַציע האָט פּאַטריק אויך צוגעשיקט אַ רעקאָרדירונג, אין וועלכער זײַן מומע לאהלע פֿישער זינגט דאָס ליד „ר׳ מאָטעניו‟.

פּאַטריק פֿישער האָט אויך געשיקט אַן אינטערוויו מיטן אַקטיאָר דזשעראַר פֿרידמאַן וועגן זײַן לעבן און זײַן טעאַטער־קאַריערע אין פֿראַנקרײַך. אינעם צווייטן טייל פֿונעם אינטערוויו גיט ער אַ פּרטימדיקן איבערבליק פֿון דער געשיכטע פֿונעם פּאַריזער „ייִדישן קונסט־טעאַטער‟.

איך האָב אויך באַקומען אַ בליצבריוו פֿון אַנשל מיכאלי, וואָס האָט גערעדט מיט עטלעכע מענטשן וואָס האָבן דערקענט געוויסע אַקטיאָרן אינעם פֿילם. אַניק פּרימע־מאַרגוליס האָט באַמערקט, אַז די זעלביקע לאהלע פֿישער שפּילט די ראָלע פֿון ביילקע. אַנדרע רייניץ פֿון בריסל האָט באַשטעטיקט, אַז די יונגע פֿרוי אינעם פֿילם איז זשעניע פֿײַערמאַן.

אַנשל מיכאלי האָט אויך צוגעשיקט אַ בילד פֿון אַ פּלאַקאַט רעקלאַמירנדיק אַ טעאַטער־ספּעקטאַקל אין בריסל, וואָס ער האָט געקראָגן אין די 1980ער יאָרן פֿון אַ ייִדיש־טוערין. כאָטש דער נאָמען פֿון דער טרופּע אויפֿן פּלאַקאַט איז אַ ביסל אַנדערש, קען מען גלײַך דערקענען, אַז אַ סך פֿון די אַקטיאָרן זענען די זעלביקע. מיכאלי איז ניט געווען זיכער, צי דאָס איז געווען די זעלביקע טרופּע אויף אַ גאַסטראָל, צי אַן אַנדער טרופּע מיט אַ סך פֿון די זעלביקע אַקטיאָרן. אַזוי צי אַזוי, איז עס קלאָר אַז די קהילה פֿון ייִדישע אַקטיאָרן אין פֿראַנקרײַך און בעלגיע איז געווען אַ קליינע און אַן אינטימע.