דײַטשן אָנערקענט פֿאַרן אויפֿהיטן אָרטיקע ייִדישע געשיכטע

Germans Recognized for Preserving Local Jewish History

אַ טייל פֿון די באַערטע אויף דער צערעמאָניע, דעם 23סטן יאַנואַר, אין בערלין
אַ טייל פֿון די באַערטע אויף דער צערעמאָניע, דעם 23סטן יאַנואַר, אין בערלין

פֿון ייִט״אַ

Published January 27, 2017, issue of February 23, 2017.

אויף דער 17טער יערלעכער פּרעמיע־צערעמאָניע פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין דײַטשלאַנד א״נ אָבערמײַער האָט מען הײַיאָר אָפּגעגעבן כּבֿוד די דײַטשן וואָס האָבן געהאָלפֿן אויפֿהיטן די אָרטיקע ייִדישע געשיכטע.

ראָלף ווילאַנד, דער פּרעזידענט פֿונעם בערלינער רעפּרעזענטאַנטן־הויז, האָט פֿאַרטיילט די פּרעמיעס — אויפֿגעשטעלט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּ אַרטור אָבערמײַער — אינעם בערלינער סענאַט.

די צערעמאָניע איז איינע צווישן אַ סך אונטערנעמונגען וואָס מערקן אָפּ דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־געדענקטאָג, דעם 27סטן יאַנואַר — דעם טאָג ווען מע האָט מיט 72 יאָר צוריק באַפֿרײַט אוישוויץ.

כּמעט אַלע פּרעמירטע שטייען פֿאַרן זעלבן נסיון: ווי אַזוי צו מאַכן די פֿאַרשווינדנדיקע געשיכטע צוטריטלעך פֿאַרן יונגן דור. די פֿראַנקפֿורטער פּריז־געווינערין אַנגעליקאַ ריבער, האָט שוין — דורך איר 40־יעריקן „ייִדישן לעבנס־פּראָיעקט“ — צונויפֿגעפֿירט טויזנטער לאָקאַלע צענערלינגען מיט געוועזענע ייִדישע אײַנוווינערס פֿון דער שטאָט און זייערע יורשים. זי האַלט אַז פֿאַר די יונגע־לײַט איז וויכטיק צו געדענקען די געשיכטע, אָבער אַ סך פֿון זיי זאָרגן זיך אַז מע וועט זיי קריטיקירן פֿאַר די מעשׂים פֿון זייערע אָבֿות. אַזוינע מוראס פֿאַרגייען באַלד ווען זיי הייבן אָן שמועסן מיט די ייִדישע געסט, האַלט ריבער, אַליין אַ געבוירענע נאָכן חורבן, אין 1951.

אין בראָכזאַל, אַ שטעטל אין באַדען־ווירטעמבערג, אַרבעטן מיטלשול־סטודענטן יעדעס יאָר אויף ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע בירגערס וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן. אינספּירירט האָט זיי ראָלף שמיט, איינער פֿון די דײַטשן וואָס זענען באַערט געוואָרן אויף דער צערעמאָניע. שמיט, וואָס איז אַלט 64 יאָר, פֿרייט זיך אַז נישט נאָר ער, נאָר אויך אַנדערע, שטרעבן אויפֿצוהיטן די אָרטיקע ייִדישע געשיכטע. די אַנדערע פּרעמירטע:

  • טילאָ פֿיגאַטש, אַ קאָסמעטיק־פֿאַבריקאַנט און פּאָליטיקער וואָס רופֿט כּסדר צו געדענקען די אַמאָליקע ייִדישע אײַנוווינער פֿון זײַן שטעטל, און וואָס האָט אָנגעשריבן אַ ביאָגראַפֿיע פֿון הײַנץ יאָסט, אַ לאָקאַלער נאַצי־פֿאַרברעכער וואָס מ׳האָט אים בכּיוון אַרויסגעלאָזט פֿון די נאָכמלחמהדיקע געשיכטע־ביכער.

  • דער היסטאָריקער אינאַ לאָרענץ און אַדוואָקאַט יערג בערקעמאַן, ביידע פּראָפֿעסאָרן וואָס האָבן אָפּגעגעבן צוואָנציק יאָר בײַם פֿאָרשן און שרײַבן אַ זיבן־בענדיקע היסטאָריע פֿון די האַמבורגער ייִדן אונטער דער נאַצישער מאַכט.

  • דער לײַפּציגער שילכאָר, געשאַפֿן פֿונעם חזן ווערנער סאַנדער אין 1962 אין געוועזענעם מיזרח־דײַטשלאַנד. זינט דעם כאָרס בראשית זענען ס׳רובֿ פֿון זײַנע מיטגלידער געווען נישט־ייִדן וואָס גיבן זיך אָפּ מיטן פֿאַרבינדן דײַטשן מיט דער ייִדישער מוזיק־געשיכטע פֿון דײַטשלאַנד.

„קאָנטאַקטן צווישן דעם צווייטן און דריטן דור פֿון ביידע צדדים מאַכן קלאָר — זאָגט ריבער — אַז כאָטש דער עבֿר איז שוין ווײַט פֿאַרגאַנגען לאָזט ער אָבער איבער אין אונדז שפּורן, און דאָס אַליין איז אַ טראָט פֿאָרויס.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.