וויסנשאַפֿטלער: צה״ל־סאָלדאַטן רייכערן צו פֿיל

Scientists: IDF Soldiers Have a Smoking Problem

Getty Images

פֿון אַנדרו טאָבין (ייִט״אַ)

Published January 29, 2017, issue of February 23, 2017.

כּמעט 40 פּראָצענט פֿון ישׂראלים ווערן רעגולערע רייכערער פֿון פּאַפּיראָסן איידער זיי ענדיקן זייער אָבליגאַטאָרישן מיליטער־דינסט, האָט באַוויזן אַ נײַע שטודיע.

דאָס איז טאָפּל די נאַציאָנאַלע ראַטע און אַ סך העכער ווי בײַ די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן, גיט איבער די שטודיע, וואָס מע האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל Nicotine & Tobacco Research.

פֿאָרשער פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און דעם חיפֿער אוניווערסיטעט האָבן דורכגעפֿירט די שטודיע באַנאַנד מיט צה׳׳לס מעדיצינישן אָפּטייל. די דאַטן זענען געקומען פֿון מער ווי 30,000 סאָלדאַטן וואָס האָבן געדינט צווישן די יאָרן 1987 און 2011.

לויט דער שטודיע רייכערן 37% פֿון די ישׂראלדיקע זעלנער איידער זיי פֿאַרלאָזן די אַרמיי. אין פֿאַרגלײַך רייכערן 26% פֿון די נײַע רעקרוטן, אַ צוּוווּקס פֿון 42% בשעתן דינען אין מיליטער.

די פֿאָרשער וואָס האָבן דורכגעפֿירט די שטודיע ווילן, אַז מע זאָל שאַפֿן אַן „אַנטי־רייכערן‟־אינסטאַנץ אין דער אַרמיי, כּדי צו דערלייזן די פּראָבלעם.

„דאָס רייכערן שאַט די צה׳׳ל־סאָלדאַטן און די זיכערהייט פֿון ישׂראל בכלל,‟ האָט איבערגעגעבן ד׳׳ר לאה ראָזען, די הויפּט־מחברטע פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל. „די רעגירונג און דער געזונט־מיניסטעריום דאַרפֿן צוזאַמענאַרבעטן מיט דער ישׂראלדיקער אַרמיי, כּדי צו פֿאַרקלענערן די צאָל סאָלדאַטן וואָס הייבן אָן צו רייכערן; צו דערמוטיקן די וואָס רייכערן — אויפֿצוהערן, און צו באַשיצן פֿונעם ציגאַרעט־רויך די מענטשן וואָס רייכערן ניט.‟

„מיר דאַרפֿן פֿאָלגן דעם משל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס האָט געביטן איר אַרמייס רייכערן־פּאָליטיק אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן, כּדי צו באַשיצן אירע סאָלדאַטן און צו פֿאַרבעסערן די גרייטקייט און פֿעיִקייט פֿון אירע קאַמפֿס־איינהייטן.‟

צה׳׳לס וואָרטזאָגער האָט איבערגעגעבן אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע, אַז ס׳רובֿ ישׂראלים הייבן סײַ ווי סײַ אָן צו רייכערן צו 18 יאָר, ניט געקוקט אויף דעם, צי זיי דינען אין דער אַרמיי צי ניט. לויט דער דערקלערונג איז די צאָל סאָלדאַטן וואָס רייכערן לעצטנס קלענער געוואָרן, באַנאַנד מיט דער צאָל ישׂראלים וואָס רייכערן בכלל. דערצו האָט די אַרמיי אין די לעצטע פּאָר יאָר לאַנצירט אַ ריי פּראָגראַמען צו באַקעמפֿן דאָס רייכערן, אַרײַנגערעכנט דאָס צושטעלן אַנטי־רייכערן פּראָגראַמען און דאָס ניט דערלאָזן, מע זאָל רייכערן אין אַן עפֿנטלעכן פּלאַץ.

„צה׳׳ל האַלט אַז ס׳איז גאַנץ וויכטיק מע זאָל רעדוצירן די צאָל סאָלדאַטן וואָס רייכערן און די שאָדנס וואָס עס איז גורם. די ישׂראלדיקע אַרמיי וועט ווײַטער אַרבעטן צוזאַמען מיט אַלע שייכותדיקע פֿאַקטאָרן, כּדי צו פֿאַרקלענערן דעם פֿענאָמען און צו שטיצן דאָס געזונט פֿון אירע סאָלדאַטן,‟ האָט געזאָגט די ישׂראלדיקע אַרמיי.

צוליב דעם וואָס צווישן 50% און 65% פֿון די מענטשן וואָס רייכערן וועלן פֿריצײַטיק שטאַרבן פֿון דעם, קאָסט דער צוּוווּקס פֿון סאָלדאַטן וואָס רייכערן אַ סך דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. לויט די פֿאָרשער איז דאָ אָבער אויך אַ גוטע בשׂורה: צה׳׳ל ווי אַן אינסטיטוציע איז אוניקאַל פֿעיִק צו ענדערן די ישׂראלדיקע קולטור וואָס שײך רייכערן.

די פֿאָרשער רעקאָמענדירן, אַז מע זאָל שאַפֿן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם געצילט אויף די סאָלדאַטן וואָס דינען אין קאַמפֿס־איינהייטן, און אַז מע זאָל טאַקע דורכפֿירן דעם פֿאַרווער קעגן רייכערן אין עפֿנטלעכע פּלעצער. מע רעקאָמענדירט אויך, אַז מע זאָל ניט דערלאָזן אַז די סאָלדאַטן זאָלן באַקומען ביליקע פּאַפּיראָסן, מע זאָל צושטעלן טעראַפּיעס און הייל־מיטלען פֿאַר די וואָס זענען שוין אַדיקטירט צום טאַבאַק און מע זאָל ווײַטער האַלטן אַן אויג אויף דער פּראָבלעם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.