ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

יאָסל בערגנער מיט זײַן טאַטן, מלך ראַוויטש (לינקס), זײַן מאַמע פֿאַניע (רעכטס) און שוועסטער, רות, אין וואַרשע
יאָסל בערגנער מיט זײַן טאַטן, מלך ראַוויטש (לינקס), זײַן מאַמע פֿאַניע (רעכטס) און שוועסטער, רות, אין וואַרשע

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 30, 2017, issue of February 23, 2017.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

יאָסל בערגער האָט משפּיע געווען אַפֿילו אױף באַרימטע אױסטראַלישע מאָלערס

די קונסטװערק פֿון יאָסל בערגער, װאָס איז לעצטנס אַװעק אין דער אײביקײט, שפּיגלען אָפּ דרײַ שטעט װעלכע האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין זײַן לעבן — װאַרשע, מעלבורן און תּל־אָבֿיבֿ.

כאָטש דער זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער מלך ראַװיטש (זכריה בערגנער) איז געבױרן געװאָרן אין װין אין 1920, איז דער יונגער בערגנער אױפֿגעװאַקסן אין דער פּױלישער הױפּטשטאָט װאַרשע, װי יצחק לודען האָט אַזױ גלענציק באַשריבן אין זײַן געזעגענונג־אַרטיקל װעגן דעם אַלטן חבֿר זײַנעם. אָבער דער װאַקסנדיקער דראָט פֿונעם אײראָפּעישן פֿאַשיזם האָט געפֿירט דערצו אַז ראַװיטש זאָל צײַטװײַליק זיך באַזעצן אין דער אױסטראַלישער שטאָט מעלבורן אין די מיטל 1930ער יאָרן. זײַן טאָכטער, די טענצערין רות בערגנער, איז אָנגעקומען אין מעלבורן אין 1936. זײַן זון, יאָסל, האָט זיך באַזעצט אין מעלבורן מיט אײן יאָר שפּעטער, צו 17 יאָר.

אַבאָריגענעלע פֿיגורן אין דער שטאָט פֿיצרוי, 1941
אַבאָריגענעלע פֿיגורן אין דער שטאָט פֿיצרוי, 1941

אין מעלבורן האָט דער יונגער „אײראָפּעישער רעאַליסט‟ זיך פֿאַרשריבן אין דער קונסטשול בײַ דער מעלבורנער נאַציאָנאַלער גאַלערײ. דאָ האָט ער זיך באַקענט מיט די גיגאַנטן פֿון מאָדערניסטישער אױסטראַלישער קונסט פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אַזױ װי סידנעי נאָלען, אַרטור בױד, אַלבערט טאָקער און דזשאָן פּערסיװאַל, כאָטש זײ זײַנען אַלע געװען עטװאָס עלטער פֿון אים. בערגנער האָט דערמוטיקט זײַנע אױסטראַלישע פֿרײַנד צו װײַזן די לאַגע פֿון אַרבעטנדיקע אײַנװױנער פֿון די גרעסערע שטעט אין לאַנד און נישט בלױז שײנע לאַנדשאַפֿטן. ער האָט געאַרבעט אין יענער צײַט פֿאַרן לאָקאַלן ייִדישן טעאַטער און פֿאַרן אױסטראַלישן טעאַטער.

יאָסל בערגנער איז געװען צװישן די ערשטע װײַסע אױסטראַלישע קינסטלער װעלכע האָבן זיך באַקענט מיט אַבאַריגינעלע קינסטער, זײערע װערק און זײער מעטאָדאָלאָגיע. אַ טײל פֿון די קונסטװערק װעלכע בערגנער האָט געשאַפֿן במשך פֿון און נאָך דעם װיזיט געפֿינט זיך נאָך הײַנט אין די גרעסטע אױסטראַלישע גאַלערײען. מע זאָגט אַז ער האָט געזען אױסטראַליע דורך אַבאָריגינעלע אױגן אַ דאַנק זײַן מיטגעפֿיל מיט אַלע לײַדנדיקע.

דער יונגער בערגנער און זײַן שװעסטער זײַנען געבליבן אין מעלבורן אַפֿילו נאָך דעם װי דער טאַטע האָט זיך באַזעצט אין מאָנטרעאַל. יאָסל האָט געדינט 4.5 יאָר אין דער אױסטראַלישער אַרמײ במשך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה אײדער ער האָט באַװיזן צו פֿאַרענדיקן זײַנע שטודיעס. ער איז אַװעק קײן אײראָפּע אין 1948 און האָט זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1950.

יאָסל בערגנער האָט געהאַט אַ װיכטיקע רעטראָספּעקטיװע אױסשטעלונג אין דער נאַציאָנאַלער גאַלערײ פֿון װיקטאָריע אין 1985, װוּ אַ טײל פֿון זײַנע װערק זײַנען אין דער פּערמאַנענטער אױסשטעלונג. דערצו האָט ער געװיזן זײַנע װערק אין אַמעריקע, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, דער טשעכישער רעפּובליק און מדינת־ישׂראל.

די װערק פֿון יאָסל בערגנער שפּיגלען אָפּ אַ לאַנג לעבן, איבערגעגעבן דער קונסט און די אונטערדריקטע. כּבֿוד זײַן אָנדענק.